Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ניטל אין דער אַלטער הייםChristmas In the Old Country

איציק גאָטעסמאַן דערקלערט פֿאַר וואָס ייִדן האָבן צוגעדעקט אַלע טעפּ אין שטוב ערבֿ־ניטל און אַנדערע טשיקאַווע טראַדיציעס.

מיר ווייסן אַלע וועגן דער אַמעריקאַנער ייִדישער טראַדיציע פֿון עסן ערבֿ־ניטל אין אַ כינעזישן רעסטאָראַן. בכלל פֿרייען זיך דאָ די ייִדן צוזאַמען מיט די קריסטן, כאָטש, אַוודאי, נישט אויפֿן זעלביקן שטייגער.

ווען די אימיגראַנטן זענען אָנגעקומען קיין אַמעריקע האָבן זיי גאַנץ גיך אַדאָפּטירט ניטל ווי אַן אַמעריקאַנער חגא, נישט דווקא ווי אַ קריסטלעכע. אַפֿילו אין דער פֿרומער, קאָנסערוואַטיווער ניו־אָרקער צײַטונג „דער מאָרגן זשורנאַל” פֿון די 1920ער יאָרן קען מען געפֿינען פּירסום פֿון אַ גאַנצער זײַט, וווּ מע ווינטשט די לייענערס „אַ פֿריילעכן קריסטמעס‟.

Yiddish Merry Christmas

Image by Itzik Gottesman

די נײַערע אימיגראַנטן, צווישן זיי — ייִדישע שרײַבער, האָבן פֿאַרדאַמט אַזאַ צוגאַנג. שמואל ניגער האָט געשריבן, אַז ווען מע האָט אין זײַן היימשטעטל דוקאָר אין ווײַסרוסלאַנד געהערט די קלויסטער־גלאָקן ניטלצײַט האָבן די ייִדן דאָס פֿאַרשטאַנען ווי אַ וואָרענונג — „גייט אַהיים, זײַט שטיל. איר זאָלט בשום־אופֿן נישט אַרויסגיין אין גאַס‟. אַ צאָל פֿון די ייִדישע „מנהגים‟ אין דער נאַכט פֿון ניטל דריקן אויס אַ פּחד; אָבער אַ פּחד צוליב וואָס?

אין עלטערע ספֿרים האָט מען געשריבן, אַז ייִדן זאָלן נישט אַרויסגיין אין דרויסן ניטל צוליב דעם וואָס די קריסטן וועלן זיי שלאָגן און, חלילה, דערהרגענען. אָבער היסטאָריש גערעדט, זענען מער גוואַלד־מעשׂים קעגן די ייִדן פֿירגעקומען פּסח און פּאַסכע, ווען יעזוס איז געשטאָרבן, איידער ניטלצײַט ווען ער איז געבוירן געוואָרן.

פּאָגראָמען זענען אויך אויסגעבראָכן פֿערציק טעג נאָך פּאַסכע — דער טאָג ווען קריסטן גלייבן אַז יעזוס איז אַרויף אין הימל. בכלל האָט מען גיכער אַטאַקירט די ייִדן פֿרילינג־צײַט ווען ס׳איז געווען וואַרעם אין דרויסן, נישט סוף־דעצעמבער ווען ס׳איז געלעגן אַ טיפֿער שניי און אַלע זענען געבליבן אינעווייניק.

טאָ פֿאַר וואָס זשע האָט מען מורא געהאַט ניטלצײַט? ייִדן האָבן געגלייבט, אַז דער קריסטלעכער גאָט פֿליט ניטל אַרום און האָט אַ שליטה איבער דער נאַכט. אויב מע עפֿנט אַ ספֿר צו לערנען תּורה וועט „ער‟, דער „אותו האיש‟ (יענער מאַן) זיך באַווײַזן און טמא מאַכן דעם ספֿר. די טראַדיציע וואָס איז פֿאַרבליבן אין די חסידישע קרײַזן ביזן הײַנטיקן טאָג איז טאַקע דאָס נישט לערנען תּורה. מע קען אַפֿילו אויסטײַטשן דאָס וואָרט „ניטל‟ ווי אַ פֿאַרקירצונג — „ניט לערנען‟. בײַם פֿאָלק האָט מען געהאַלטן, אַז מע טאָר גאָרניטש טאָן וואָס גיט בכלל אָפּ כּבֿוד יעזוסן.

דערפֿאַר איז מען ערבֿ־ניטל געבליבן אין דער היים און געטאָן פֿאַרשיידענע זאַכן וואָס קענען נישט פֿאַרטײַטשט ווערן ווי אַ כּבֿוד פֿאַר יעזוסן. אַ סך לײַט האָבן געקויפֿט אַשר־יצר־פּאַפּיר און דאָס צעשניטן אויף שטיקלעך, מע זאָל עס קענען ניצן. אַנדערע האָבן געבאַקן קנאָבלברויט, צוליב דעם שטאַרקן (און בײַ טייל מענטשן — נישט־אײַנגענעמענעם) ריח. מע האָט געשפּילט אין קאָרטן און אין דריידל. בײַ די ליובאַוויטשער שפּילט מען עד־היום שאַך אין יענער נאַכט.

ייִדן האָבן אויך מורא געהאַט פֿאַר דער „לאַנגער נאַכט‟ — דער תּקופֿת־טבֿת (winter solstice) — וואָס קומט פֿאָר עטלעכע טעג פֿאַר ניטל. וויסנשאַפֿטלעך גערעדט איז דאָס די לענגסטע נאַכט פֿונעם יאָר אָבער ייִדן האָבן געגלייבט, אַז אין אָט דער נאַכט, ווען די סעזאָנען בײַטן זיך, איז די ערד נישט באַשיצט. אַן אַלטער מינהג פֿאַרבונדן מיטן תּקופֿת־טבֿת איז צוצודעקן מיט אײַזן אַלע טעפּ וווּ מע האָט געהאַלטן דאָס וואַסער פֿון ברונעם, כּדי די טעפּ זאָלן נישט פֿאַרדאָרבן ווערן. מײַן טאַטע האָט אַפֿילו געוווּסט וועגן דעם, אָבער בײַם פֿאָלק האָט מען צעמישט די צוויי טעג — ניטל און תּקופֿת־טבֿת — און ס’איז אויסגעקומען, אַז מע דאַרף צודעקן די טעפּ אין דער נאַכט פֿון ניטל ווײַל יעזוס פֿליט אַרום פֿון שטוב צו שטוב און וועט זיי נאָך פֿאַרסמען.

דער אימאַזש פֿון דעם פֿליִענדיקן יעזוס שטאַמט פֿונעם בוך „תּולדות ישו‟ וואָס איז באמת אַ שפּאָטישע ביאָגראַפֿיע וואָס ייִדן האָבן הונדערטער יאָרן אַפּנים געלייענט אין דער נאַכט פֿון ניטל. אויף איין אָרט אין דער מעשׂה באַקומט ישו דעם כּוח צו פֿליִען אין דער לופֿט, אַ דאַנק דעם שם־המפֿורש וואָס ער האָט צוגעגנבֿעט פֿונעם בית־המיקדש און אַרײַנגענייט אין זײַן פֿוס. אויפֿן סמך פֿון דער געשיכטע איז יעזוס געוואָרן אַ שד בײַם פֿאָלק, וואָס פֿליט און פֿאַרשאַפֿט אַ סך צרות פֿאַר ייִדן.

דאָס איז אַ גאַנץ אַנדער קוקווינקל פֿון ניטל ווי מע זעט בײַ די הײַנטיקע ייִדן. פֿון דער אַנדערער זײַט, כאָטש די ייִדן האָבן הײַנט נישט קיין מורא ניטל־צײַט, זאָגן אַ סך פֿון זיי עד־היום אַז זיי פֿילן זיי זיך אין דעם טאָג ווי דרויסנדיקע.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.