Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מאָסקווער קאָנפֿערענץ באַטראַכט בײַטן פֿאַר ייִדן במשך פֿון לעצטע 30 יאָרMoscow Conference Explores Changes For Jews In Last 30 Years

דער עפֿנטלעכער אַנטיסעמיטיזם איז הײַנט גאַנץ נידעריק, אָבער ער באַווײַזט זיך יאָ אויף אַנדערע אופֿנים.

מיט דרײַסיק יאָר צוריק, סוף־דעצעמבער 1989, איז אין מאָסקװע פֿאָרגעקומען דער ערשטער צוזאַמענפֿאָר פֿון די ייִדישע קהילות און אָרגאַניזאַציעס פֿונעם גאַנצן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. העכער װי פֿיר הונדערט דעלעגאַטן פֿון כּמעט אַלע סאָװעטישע רעפּובליקן (חוץ טורקמעניסטאַן) האָבן דעמאָלט געשאַפֿן דעם „ועד‟ — דעם אָרגאַן, װאָס האָט געדאַרפֿט קאָאָרדינירן דאָס ייִדישע לעבן און פֿאָרשטעלן דאָס סאָװעטישע ייִדנטום אינעם לאַנד און אין אױסלאַנד. דער דעמאָלטיקער װעד, מיט פּראָפֿעסאָר מיכאל טשלענאָװ בראָש, האָט עקסיסטירט בלױז צװײ יאָר, ביזן פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין 1991. נאָך דעם זײַנען אין כּמעט אַלע געװעזענע סאָװעטישע רעפּובליקן אַנטשטאַנען אײגענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. אָבער דער װעד איז געװען דער ערשטער פּרוּװ פֿונעם סאָװעטישן ייִדנטום, װאָס מען האָט לאַנג געהאַלטן פֿאַר „ייִדן פֿון שװײַגן‟, צו רעדן מיט זײַן אײגענעם קול.

דעם 16טן דעצעמבער איז אין מאָסקװע פֿאָרגעקומען אַ קאָנפֿערענץ לכּבֿוד דעם דרײַסיקסטן יובֿל פֿון יענעם ערשטן צוזעמענפֿאָר. צװישן די אָנטײלנעמער זײַנען געװען אײניקע דעלעגאַטן פֿון יענעם צוזאַמענפֿאָר: פּראָפֿעסאָר טשלענאָװ, הײַנטיקע ייִדישע כּלל־טוער, װי אױך אַקאַדעמישע פֿאָרשער, װעלכע האָבן אָפּגעשאַצט דאָס חשיבֿות פֿון יענעם געשעעניש פֿונעם היסטאָרישן שטאַנדפּונקט. דער סאָציאַל־פּאָליטישער מצבֿ אינעם דעמאָלטיקן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד איז געװען גאַנץ אַנדערש פֿונעם הײַנטיקן רוסלאַנד. אַנטיסעמיטיזם האָט געהאַלטן אין אײן װאַקסן, בעת די עקאָנאָמישע לאַגע איז געװען שפֿלדיק, און די מאַכט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ איז געװאָרן אַלץ שװאַכער. העכער װי אײן מיליאָן ייִדן האָבן פֿאַרלאָזט דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד סוף–1980ער – אָנהײב–1990ער יאָרן. די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט געהאַלטן, אַז דאָס איז דער סוף פֿונעם רוסישן ייִדנטום, אָבער אײנצײַטיק האָט מען געשאַפֿן כּלערלײ ייִדישע קולטורעלע, רעליגיעזע און עפֿנטלעכע אָרגאַניזאַציעס אין רוסלאַנד און אַנדערע סאָװעטישע רעפּובליקן.

װאָס איז דער מצבֿ פֿון ייִדן אין רוסלאַנד הײַנט? דער דאָזיקער טעמע איז געװידמעט די סאָציאָלאָגישע פֿאָרשונג פֿון פּראָפֿעסאָר אַלעקסײ לעװינסאָן. ער האָט געשטעלט אַ רײ פֿראַגעס פֿאַר פֿאָקוס־גרופּעס פֿון אַכט־צען מענטשן, װעלכע האָבן זיך אידענטיפֿיצירט װי ייִדן. דער רעזולטאַט איז געװען גאַנץ אינטערעסאַנט. אַלע זײַנען מסכּים אַז דער ניװאָ פֿון אַנטיסעמיטיזם צװישן דער רוסישער באַפֿעלקערונג איז גאַנץ נידעריק, בפֿרט אין פֿאַרגלײַך מיט דרײַסיק יאָר צוריק. די אַלגעמײנע באַציִונג צו מדינת־ישׂראל איז גאַנץ פֿרײַנדלעך, סײַ צװישן ייִדן און סײַ צװישן ניט־ייִדן. מען באַטראַכט ישׂראל װי אַ „באַקװעמע‟ מלוכה מיט אַ סך רוסיש־רעדנדיקע תּושבֿים, װוּ מען קען פֿאַרברענגען װאַקאַציעס, באַזוכן קרובֿים, אָדער, פֿאַר קריסטן, עולה־רגל זײַן צו זײערע הײליקײטן. פֿאַר רוסישע ייִדן איז ישׂראל אַ װיכטיקער באַשטאַנדטײל פֿון זײער ייִדישער אידענטיטעט. לעװינסאָן באַשרײַבט די ייִדישע אידענטיטעט פֿון הײַנטיקע רוסישע ייִדן װי אַ „פּאָזיטיווע‟. דאָס הײסט, ייִדן פֿילן זיך ייִדיש ניט װי אַ רעאַקציע אױף אַנטיסעמיטיזם, נאָר װײַל מען װיל בעסער פֿאַרשטײן זיך אַלײן.

פֿאַר אײניקע יחידים דינט ייִדישקײט פֿאַר אַ סימן פֿון זײער פּערזענלעכער פֿרײַהײט. צומאָל איז דאָס פֿאַרבונדן מיטן אַװעקגײן אױף פּענסיע, װען מען באַקומט מער פֿרײַע צײַט. אײניקע מענטשן װערן פֿרום, אַנדערע װערן פֿאַרטאָן אין כּלל־טוערישע טעטיקײט, און אַנדערע נעמען זיך לערנען װעגן דער ייִדישע קולטור. דערבײַ זאָגט מען זיך ניט אָפּ פֿון דער רוסישער קולטור, אין װעלכער מען איז אױסגעהאָדעװעט געװאָרן. אײנער אַן אָנטײלנעמער אין לעװינסאָנס פֿאָרשערישן פּראָיעקט האָט פֿאַרסך־הכּלט: „צו זײַן אַ ייִד מוז מען כּסדר אַרבעטן איבער זיך אַלײן.‟

רוסלאַנד מעג האָבן אַ נידעריקן ניװאָ פֿון דעם עפֿטנלעכן אַנטיסעמיטיזם, אָבער אַן אַנדער מין אַנטיסעמיטיזם איז טאַקע גאַנץ בולט דאָ. פּראָפֿעסאָר װיקטאָר שנירעלמאַן האָט אַנאַליזירט אין זײַן רעפֿעראַט דעם אַזױ־גערופֿענעם „אינטעלעקטועלן‟ אַנטיסעמיטיזם, װאָס איז פֿאַרשפּרײט צװישן רוסישע נאַציאָנאַליסטן. דער דאָזיקער מין האָט דרײַ פֿאַרשידענע מיטאָליגישע נוסחאות: דעם קריסטלעכן, דעם אַרישן און דעם כּוזרישן (כאַזאַרישן). אײניקע קריסטן גלױבן, אַז די װעלט האַלט זיך שױן בײַם סוף־הימים, און דער אַנטי־קריסטוס װעט קומען באַלד. דער אײנציקער כּוח, װאָס שטעלט זיך אַנטקעגן דעם דאָזיקן שׂונא פֿון דער קריסטלעכער װעלט איז רוסלאַנד. ייִדן װילן אַראָפּברענגען דעם אַנטי־קריסטוס װאָס גיכער, און פֿאַר דעם בױען זײ דעם דריטן בית־המקדש אין ירושלים. זײ װילן אױך מאַכן רוסלאַנד װי דעם לעצטן יסוד פֿונעם עכטן קריסטנטום.

דער צװײטער מין אַנטיסעמיטיזם האָט צוגאַפּסט די מיטאָלאָגיע פֿון דער אַרישער ראַסע צו דעם רוסישן פֿאַל. להיפּוך צו די דײַטשישע נאַציסטן, האַלטן די רוסישע נאַציאָנאַליסטן אַז דװקא די רוסן שטאַמען פֿון דעם עכטן אַרישן שבֿט, װאָס האָט אַ מאָל געלעבט אינעם װײַטן צפֿון. זײ זײַנען כּלומרשט פֿאַרכאַפּט געװאָרן דורך די סעמיטן, קינדס־קינדער פֿונעם תּנ”כישן שם, נוחס זון. דער דריטער מין אַנטיסעמיטיזם האָט צו טאָן מיטן מלכות פֿון כּוזרים (כאַזאַרן), װאָס האָט עקזיסטירט אין מיטלאַלטער אױף דער דרומדיקער גרענעץ פֿונעם הײַנטיקן רוסלאַנד. די באַשטימטע היסטאָרישע ידיעות װעגן דעם דאָזיקן מלכות זײַנען קנאַפּ, אָבער מען װײסט, אַז די פּני פֿון די אַמאָליקע כּוזרים האָבן זיך מגייר געװען. די רוסישע נאַציאָנאַליסטן האַלטן די כּוזרים פֿאַר די סאַמע אוראַלטע שׂונאים פֿון רוסלאַנד, װאָס זײַנען בגניבֿה טעטיק עד־היום.

דער גלויבן אין אײביקער כּוזרישער ייִדישקײט איז פֿאַרשפּרײט צװישן דער רוסישער פֿירערשאַפֿט. לעצטנס האָט דער רוסישער פּרעזידענט װלאַדימיר פּוטין אין מיטן דרינען דערמאָנט די כּוזרים און געזאָגט, אַז רוסישע ייִדן שטאַמען פֿון די אַלטע כּוזרים און האָבן דערפֿאַר קײן שײַכות ניט מיט ארץ־ישׂראל. בכּלל איז פּוטין גאַנץ פֿרײַנדלעך צו ייִדן, אָבער זײַנע השׂגות װעגן דער רוסישער און ייִדישער געשיכטע זײַנען אױסגעפֿורעמט געװאָרן דורך דער רוסישער נאַציאָנאַליסטישער מיטאָלאָגיע. אַ סבֿרה, װעט זײַן יורש אױך קומען פֿון יענער סבֿיבֿה, און װער װײסט װאָס ער וועט טראַכטן װעגן ייִדן. דערווײַל האָט זיך די עליה פֿון רוסלאַנד קיין ישׂראל פֿאַרטאָפּלט זינט פֿאַראַיאָרן.

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.