Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

יונגע ייִדישיסטן פֿאַרברענגען אַ סוף־וואָך אין אַמסטערדאַםYoung Yiddishists Spend a Weekend In Amsterdam

דער וויזיט איז טייל פֿון אַ נײַעם פּראָיעקט צו פֿאַרשטאַרקן די סאָציאַלע און קולטורעלע ייִדיש־נעץ אין אײראָפּע, אָן ריזיקע הוצאָות.

אין מײַ 2019 האָט „די ייִדישע שטוב לאָנדאָן‟ — אַ גרופּע יונגע ייִדישיסטן וואָס פֿירן דורך ייִדישע אונטערנעמונגען אין דער ענגלישער קרוינשטאָט — אָנגעהױבן אַן אייגנאַרטיקן פּראָיעקט צו פֿאַרשטאַרקן די סאָציאַלע און קולטורעלע נעץ פֿון ייִדיש אין אײראָפּע.

די מיטגלידער פֿון דעם פּראָיעקט, „נע־ונד‟, ווילן פֿאַרברענגען אױף ייִדיש און געפֿינען אַ מיטלפּונקט צווישן דער ייִדישער און אַלגעמײנער טוריסטיק,ַ ווי אויך פֿאָרמעלע און אומפֿאָרמעלע אַקטיוויטעטן וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור — אָבער עס טאָן מיט אַ נידעריקן בודזשעט. צווישן די וויכטיקסטע צילן איז זיך צו טרעפֿן מיט היגע ייִדישיסטן אין קלענערע צענטערס פֿון דער וועלט פֿון ייִדיש אין אייראָפּע: ליבהאָבערס פֿון שפּראַך, אוניװערסיטעט־לערערס, אַרכיוו־פֿאָרשערס און אַקטיוויסטן.

ווי אַ טייל פֿון דער איניציאַטיוו איז די גרופּע לעצטנס געפֿאָרן קיין אַמסטערדאַם ווײַל דאָרט קען מען זיך אַ סך דערוויסן וועגן דער ייִדישער געשיכטע. אַנאַ פֿראַנק קומט גיך אין זינען, ווי אויך ברוך שפּינאָזאַ און אוריאל ד’אַקאָסטאַ. ס׳איז אויך דאָ אַ סך צו רעדן וועגן דער שטאָטס תּקופֿות פֿון קאָלאָניזאַציע, שקלאַפֿערײַ און וועגן דעם מיסחר מיט בריליאַנטן, טײ און שטאָפֿן.

נאָך דער אינקוויזיציע אין שפּאַניע און פּאָרטוגאַל, האָבן אַ סך ייִדן געפֿונען אַ מקום־מקלט אין עטלעכע גערמאַנישע שטעט. האָט מען געגעבן די שטעט אַ צונאָמען: „מקום‟, און צוגעגעבן אַן אות וואָס רעפּרעזענטירט די שטאָט. אַזױ איז אַמסטערדאַם געוואָרן „מקום א‟ און בערלין — „מקום ב‟. דאָס וואָרט „מקום‟ איז טאַקע געוואָרן אַ טײל פֿון האָלענדישן סלענג. די אַלגעמײנע באַפֿעלקערונג רופֿט אָפֿט זײער שטאָט „מקום‟, כאָטש די געשיכטע פֿון דעם וואָרט איז זיי אָפֿט ניט באַקאַנט.

Amsterdam

אויף אַ מסיבה אין אַמסטערדאַם Image by Arturo Kerbl-Shein

נאָך דער אינקוויזיציע, זענען פֿאַרשײדענע אימיגראַציעס פֿון מערבֿ־אײראָפּעיִשע ייִדן געקומען אין דער שטאָט. דערפֿאַר האָט אַמסטערדאַם סײַ אַ ספֿרדישע סײַ אַן אַשכּנזישע געשיכטע. ייִדן האָבן דאָ גערעדט פֿאַרשײדענע ייִדישע שפּראַכן און געדאַוונט לױט די אײגענע נוסחאָות. וואָס הערט זיך אָבער מיט די הײַנטיקע ייִדן, און בפֿרט מיט ייִדיש־רעדנדיקע לײַט אין „מקום א‟? זוכנדיק אַן ענטפֿער האָט די חבֿרה פֿון דער „ייִדישער שטוב לאָנדאָן‟ אָרגאַניזירט אַ באַזוך אין דער שטאָט מיט ייִנגערע און עלטערע באַטײליקטע פֿון גאַנץ אײראָפּע און אַוועק קיין אַמסטערדאַם.

צען פֿון די באַטייליקטע זענען געקומען פֿון ענגלאַנד, רוסלאַנד, עסטרײַך, בעלגיע, אוקראַיִנע און דײַטשלאַנד. ס׳האָבן זיך אויך באַטײליקט צען ייִדישיסטן פֿון אַמסטערדאַם גופֿא. ס’רובֿ „נע־ונדניקעס‟ האָבן גענעכטיקט בײַ די אַמסטערדאַמער אין שטוב, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז מע זאָל במשך פֿונעם סוף־וואָך זיך טאַקע אויסלעבן אויף ייִדיש. די פּראָגראַם איז געווען געפּאַקט מיט אַקטיוויטעטן און אַלע האָבן געקראָגן אַ לײענביכל מיט אַ צײַטפּלאַן אויף ייִדיש, און אַנדערע מאַטעריאַלן אויף פֿאַרשײדענע שפּראַכן, וואָס האָבן אַ קשר מיט די טעמעס, ערטער אָדער אונטערנעמונגען וואָס די חבֿרה פֿון „דער שטוב‟ האָבן פּלאַנירט.

Amsterdam Tram

אויפֿן אַמסטערדאַמער טראַמווײַ Image by Arturo Kerbl-Shein

די פּראָגראַם האָט זיך אָנגעהױבן אינעם אינטערנאַציאָנאַלן אינסטיטוט פֿאַר סאָציאַלער געשיכטע. דאָרטן געפֿינט זיך דער בונדישער אַרכיוו און אַנדערע וויכטיקע סאָציאַלע און פּאָליטישע דאָקומענטן פֿון דער וועלט: פּראָפּאַגאַנדע, פּלאַקאַטן, פּובליקאַציעס, בריוו און אַנדערע זאַכן.

טאַמאַרע גליסאָן און אַני הקטן האָבן געפֿירט אַ װאַרשטאַט וועגן אָריגינעלע דאָקומענטן. יעדער באַטייליקטער האָט אױסגעקליבן אַ פּעקל דאָקומענטן וועגן דעם בונד, וועגן ייִדישע אַנאַרכיסטן ווי באָריס יעלינסקי, און רודאָלף אָקער אױף ייִדיש, וואָס מען האָט באַשטעלט פֿון אַרכיוו פֿון פֿריִער. שפּעטער האָבן אַלע גערעדט וועגן דעם וואָס מען האָט געלײענט.

דערנאָך, האָבן די „נע־ונדניקעס‟ באַזוכט די „ראָזענטאַליאַנע ביבליאָטעק‟, איינע פֿון די וויכטיקסטע קאָלעקציעס פֿון אַלטע ייִדישע דאָקומענטן. אלדד ציון, אַ היגער ייִדישיסט און פֿאָרשער אין דער ביבליאָטעק, האָט אָרגאַניזירט אַ טרעפֿונג צו זען מחזורים פֿון דײַטשלאַנד פֿון 13טן י״ה; אַלטע חומשים, רײַזע־נאָטיצן אױף ייִדיש פֿונעם 18טן י״ה און אַנדערע טשיקאַווע מאַטעריאַלון ווי אַן אַלטע קמיע צו באַשיצן די קינדער פֿון לילית, דער דעמאָנישער פֿרוי פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר.

דעם צווײטן אינדערפֿרי האָט יוסטוס וואַן דע קאַמפּ — אַ גרױסער קענער פֿון אַמסטערדאַם און אירע ייִדן — געפֿירט אַ שפּאַציר דורך דער ייִדישער געגנט. פּונקט ווי אמתע נע־ונדניקעס, האָט מען באַזוכט אַלטע גאַסן, בנינים, באַרימטע און ניט־באַרימטע סינאַגאָגעס. ערטער פֿאַרבונדן מיטן חורבן און הײַזער פֿון וויכטיקע לײַט. די נע־ונדניקעס האָבן געמיינט ס’איז אויך געווען טשיקאַווע צו זען אַ סך פֿון די בנינים וווּ יוסטוס האָט, במשך פֿון דער סטודענטן־באַוועגונג אין די 1960ער און 70ער יאָרן, געוווינט ווי אַן אומלעגאַלער באַזעצער‟.

בעת זייער וויזיט אין אַמסטערדאַם האָבן די נע־ונדניקעס אָרגאַניזירט אַ „ייִדישע שטוב‟, ענלעך צו די טרעפֿונגען פֿון „די ייִדישע שטוב לאָנדאָן‟, וווּ מע פֿאַרברענגט אויף מאַמע־לשון אין דער הײם פֿון אַ ייִדישיסט. דאָ האָבן אלדד און דאָרין ציון (צוזאַמען מיט זײער עופֿעלע) פֿאַרבעטן אַלע באַטײליקטע צו זיך, וווּ מע האָט געפֿירט פֿאַרשײדענע אַקטיוויטעטן. יענעקען סקאָטען האָט גערעדט וועגן איר פֿאָרשונג פֿון קהילה פּינקסים אין האָלאַנד; יאַנקעוו זיסער האָט אונדז געוויזן סאָוועטישע רעקאָרדירונגען, אַרײַנגערעכנט אַ ווערסיע פֿון דער „רבי אלימלך‟ אויף רוסיש, און דוד קורקאָװסקי האָט גערעדט וועגן דער אײַנפֿלוס פֿון סלאַווישע שפּראַכן אין ייִדיש. עס איז געווען אַ גרױסער פֿאַרגעניגן וואָס אַרום 10 היגע ייִדישיסטן האָבן זיך באַטײליקט.

אָבער דאָס איז ניט געווען אַלץ. דעם דריטן טאָג — נאָך דעם ווי יוסטוס האָט געפֿירט די גרופּע אין אַן אַלטן ייִדישן בית־עולם אין זעעבורג, וואָס מע האָט לעצטנס אָנגעהויבן רייניקן ווי אַ וויכטיק היסטאָריש אָרט — האָבן די נע־ונדניקעס זיך פֿאַרזאַמלט האָבן די נע־ונדניקעס זיך פֿאַרזאַמלט בײַ אסתּר שאַפֿיר אין דער היים. אסתּר, אַ ישׂראלדיקע ייִדישיסטקע וואָס וווינט שוין לאַנגע יאָרן אין אַמסטערדאַם, האָט צוגעגרײט קאַווע, טײ און עסן פֿאַר אַלעמען. מיר האָבן געזאָלט בלײַבן דאָרט צוויי שעה. אָבער פֿון שעה איז געוואָרן פֿינף!

Amsterdam Tour

אויף אַ טור מיט יוסטוס וואַן דע קאַמפּ Image by Arturo Kerbl-Shein

אלי קױפֿמאַן און אַנדערע אָרטיקע ייִדישיסטן וואָס פֿירן אָן מיט דער גרופּע „ייִדיש לידער אין מקום‟ האָבן געשפּילט ייִדישע לידער אויף דער פּיאַנע. איזאַבעל פֿרײ האָט אונדז געלערנט אַ פּאָר לידער וועגן אַרבעטער און יוסטוס וואַן דע קאַמפּ האָט אונדז דערציילט וועגן דער ייִדישער געשיכטע אין אַמסטערדאַם און וועגן די שפּראַכן וואָס ייִדן האָבן דאָ גערעדט — ייִדיש און לאַדינאָ.

דערצו האָט לילאַ טילמאַנס אָנגעפֿירט מיט אַ ייִדישן שרײַבװאַרשטאַט. די נע־ונדניקעס זענען געווען זײער שעפֿעריש, און אָנגעשריבן לידער אָדער פֿראַגמענטן פֿון לידער. יוסטוס האָט אָנגעשריבן אַ גאַנצע דערצײלונג, און האָט אים אַפֿילו אויסגעדרוקט פֿאַר אונדז און צוזאַמען האָבן מיר קאָרעגירט די גראַמאַטיק און וואָקאַבולאַר.

שפּעטער איז די גרופּע אַוועק אין קינאָהויז „דע באַליע‟, איינס פֿון די ערטער וווּ ס׳איז דעמאָלט פֿאָרגעקומען דער ישׂראלדיקער קינאָ־פֿעסטיוואַל „סרט‟ (סערעט). דאָס איז געווען די לעצטע „סטאַנציע‟ פֿון דער פּראָגראַם. צום סוף האָט חנה לודען אונדז פֿאַרבעטן אויף דער ספּעציעלער פּרעזענטאַציע פֿון „דבש שחור / שוואַרצע האָניק‟, דעם פֿילם וועגן דעם לעבן און ווערק פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, אָרגאַניזירט דורך דער האָלענדישער „ייִדישע פֿונדאַציע‟, געגרינדעט אין 1999 מיטן ציל צו פֿאַרשפּרײטן די ייִדישע שפּראַך און קולטור.

אין קינאָ האָט די גרופּע זיך געטראָפֿן מיט אַנדערע ייִדיש־ליבהאָבערס פֿון אַמסטערדאַם. מע האָט געטרונקען אַ לחיים, קאַווע און זיך באַקענט. ס׳איז אויך געווען אַ געלעגנהייט צו קױפֿן ייִדישע ביכער און קאָפּיעס פֿון „די גרינע מדינה‟, אַ היגער זשורנאַל אויף ייִדיש און האָלענדיש.

אַזױ האָט זיך געענדיקט די „נע־ונד‟ פּראָגראַם. די באַטײליקטע וואָס זענען געקומען פֿון אַנדערע לענדער זאָגן אַז זיי האָבן שטאַרק הנאה געהאַט, און אַ סך געלערנט וועגן „מקום א‟; יונגע ייִדישיסטן זענען געווען צופֿרידן צו האָבן אַ געלעגנהייט צו געבן וואַרשטאַטן. היגע ייִדישיסטן רעפּאָרטירן אַז זיי האָבן ניט נאָר הנאה געהאַט פֿון די אַקטיוויטעטן, נאָר אויך זיך צו דערנענטערן צו אַנדערע היגע ייִדישיסטן וואָס זיי האָבן ניט געקענט.

דערווײַל האָט מען שוין אָנגעהויבן אָרגאַניזירן די קומעדיקע רײַזע פֿון „די ייִדישע שטוב לאָנדאָן‟ אויפֿן קומעדיקן פֿרילינג — אין פּעטערבורג, רוסלאַנד.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.