Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי מע קען רעדן ייִדיש אָן צו טראַכטן אויף ענגלישLearning to Speak Yiddish Without Thinking In English

אַמעריקאַנער ייִדיש־רעדער דאַרפֿן פֿאַרשטיין ווען צו זאָגן „לערנען“ און ווען — „אויסלערענען“; ווען — „שרײַבן‟ און ווען — „אָנשרײַבן‟

אַלע ייִדיש־רעדערס, וגם אַני בתוכם, ברעכן זיך דעם קאָפּ ווי אַזוי אויסצולערנען זייערע סטודענטן אַ רײַך, אידיאָמאַטיש לשון. אַז קיין ייִדיש־לאַנד, וווּ מע קען כאַפּן ס׳לשון פֿון דער לופֿט, איז נישטאָ; אַז די צאָל ייִדן געבוירענע פֿאַרן חורבן ווערט אַלץ קלענער, אַז דער גרויסער רובֿ הײַנטצײַטיקע ייִדיש־רעדערס קענען ס׳לשון אָדער ווי אַ צווייטע שפּראַך אָדער וווינען אין אַ שפּראַך־סבֿיבֿה וווּ זייער לשון ווערט פֿאַרשווענקט פֿון דער לאַנדשפּראַך, בײַ וועמען זשע זאָל מען זיך לערנען? און וואָסער לשון זאָל מען זיך לערנען?

פֿאַראַן אַזוינע וואָס טענהן, אַז דאָס לשון פֿון דער מאָדערנער ליטעראַטור איז שוין עובֿר־זמנו, אַז דעם טראָפּ דאַרף מען לייגן אויפֿן גערעדטן לשון פֿון דער ייִדישער גאַס, ד״ה, פֿון די חרדים. אויף דעם האָב איך שוין געענטפֿערט, אַז אַזוי ווי זייער לשון האָט זיך נאָך נישט אין גאַנצן אויסגעפֿורעמט, אַז סײַ די גראַמאַטיק, סײַ דער וואָקאַבולאַר האַלט אין בײַטן זיך, ווייס איך נישט וואָסער וואַריאַנט דערפֿון זאָל מען לערנען. חוץ דעם איז ס׳חרדישע לשון שוין געוואָרן היפּשלעך אַנדערש געווענדט אין דער לאַנדשפּראַך אַרום; כ׳האָב נאָך מיט אַ יאָר צען צוריק געהערט זאָגן, אָז אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע חסידים איז שוין גענוג שווער זיך צונויפֿצורעדן, וואָרן איין גרופּע שעפּט די גאַנצע מאָדערנע טערמינאָלאָגיע פֿון ענגליש און די צווייטע, ווידער, פֿון עבֿרית.

אַפֿילו ווען מע באַגרענעצט די דיסקוסיע בלויז צו אַמעריקאַנער סטודענטן פֿון מאַמע־לשון איז דאָס אַ האַרבער ענין. די השפּעה פֿון ענגליש איז אַזוי שטאַרק סײַ אויף גוטע ייִדיש־קענערס און ־לערערס, סײַ אויף סטודענטן, אַז דאָס לערנען זיך (ווער רעדט נאָך ס׳אויסלערנען זיך) אידיאָמאַטיש ייִדיש הייסט ממש אָפּטרייסלען פֿון זיך ס׳גאַנצע קענעטעניש פֿון ענגליש!

מוז מען זיך לערנען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. צי דאַרף מען, אָבער, וואָס שייך דאָס ניכשל ווערן צוליב ענגליש זיך באַמיִען אָפּצוהיטן אין יעדן פּרט (אַזוי ווי דער שרײַבער פֿון די שורות פּרוּווט צו טאָן אין זײַן פּריוואַט לעבן) צי זיך קאָנצענטרירן אויף די סאַמע בולטע, די סאַמע וויכטיקע? בפֿרט אַז מחוצן קלאַס רעדט מען צווישן זיך כּמעט בלויז אויף ענגליש.

אָט למשל: די אַזוי גערופֿענע אינטערנאַציאָנאַליזמען, ד״ה, ווערטער דערעיקרשט גענומענע פֿון לאַטײַניש און גרעקיש וואָס זענען פֿאַרשפּרייט איבער גאַנץ אייראָפּע. ס׳רובֿ אַזוינע ווערטער זענען דערגאַנגען צו ייִדיש דורך פּויליש אָדער רוסיש, טייל מאָל דורך דײַטשיש, נאָר נישט דאָס זענען מיר אויסן. אויסן זענען מיר יאָ, אַז זייער טײַטש שטימט בדרך־כּלל מיטן אייראָפּעיִשן באַניץ, בשעת דער טײַטש אויף ענגליש איז אָפֿט מאָל גאָר אַן אַנדערער.

קריץ איך מיט די ציין ווען כ׳זע, אַ שטייגער, „פֿאַקולטעט“ מיטן ענגלישן טײַטש („לערערשאַפֿט“) שטאָטס מיטן אייראָפּעיִשן („אָפּטייל פֿון אַן אוניווערסיטעט“ — „מעדיצינישער פֿאַקולטעט“ אד״גל) אָדער פֿראַזעאָלאָגיע וואָס שטימט מיט ענגליש („אַרבעטן אויף“, „פֿאַראינטערעסירט אין“) שטאָטס מיטן מיזרח־אייראָפּע („אַרבעטן איבער“, „פֿאַראינטערעסירט מיט“).

נאָר אפֿשר בין איך צו אַ גרויסער „ציינקריצער“, אַז אפֿשר זענען אַזוינע טעותן פֿונעם קוקווינקל פֿון מיזרח־אייראָפּע פֿון פֿאַרן חורבן בלויז אַ האַלבע צרה.

מיר דאַכט זיך, אַז נאָך וויכטיקער פֿון די אינטערנאַציאָנאַליזמען דאַרף זײַן דער אויטענטישער באַניץ פֿונעם לאַנגאָניקן ווערטער־אוצר. פֿאַרשטייט זיך, אַז אין יעדן לאַנד איז אַ ביסל אַנדערש; מײַנע פּויליש־שפּראַכיקע סטודענטן אין די זומערדיקע ייִדיש־סעמינאַרן אין וואַרשע ווערן ניכשל אויף אַן אַנדער אופֿן ווי דײַטשיש־, פֿראַנצייזיש־ אָדער ענגליש־שפּראַכיקע. נאָר אַזוי ווי ענגליש איז דאָס סאַמע „אומאייראָפּעיִשע“, בפֿרט דאָ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, פֿאַרנעמט דאָס בײַ מיר דעם אויבנאָן.

אונדזערע ענגליש־רעדערס, וואָס זיי קענען זיך, פֿאַרשטייט זיך, זייער גוט ספּראַווען מיט ענגלישע „פֿראַזעווערבן“, אַזוי ווי put on, put off, put down אד״גל, קענען זיך נישט געבן קיין עצה מיט ייִדישע קאָנווערבן, ווײַל זיי שטימען אַזוי זעלטן מיט זייערע ענגלישע עקוויוואַלענטן: „אָפּשטעלן“ איז נישט טײַטש, אַ שטייגער, put off; „אָפּענטפֿערן“ איז נישט answer off, „אָפּרעדן“ איז נישט talk off און „אָפּדאַווענען“ איז חלילה נישט pray off אויף ענגליש. חוץ דעם איז בכּלל נישטאָ קיין פֿאַרטיקער ענגלישער אַדעקוואַט פֿונעם חילוק צווישן „שרײַבן“ און „אָנשרײַבן“, „לערנען“ און „אויסלערענען“ א״אַ פּאָרלעך אומפּערפֿעקטיווע מיט פּערפֿעקטיווע ווערבן, אויף אַזוי ווײַט אַז דאָס געבן צו פֿאַרשטיין אַן ענגליש־רעדער וואָס דאָס איז אַזוינס פּערפֿעקטיווקייט קומט אָן מיט גרינע ווערעם. באַגייען זיך אָנהייבערס און אַפֿילו נישט־אָנהייבערס כּמעט אָדער אין גאַנצן אָן די שייכדיקע קאָנווערבן. דער פּועל־יוצא דערפֿון איז טייל מאָל, אַז אויף צו פֿאַרשטיין אַזאַ ייִדיש מוז מען דאָס קענען צוריק איבערזעצן אויף ענגליש!

וואָס זאָל איך לאַנג ברײַען? ווי אַזוי מע באַווײַזט אַ נס און פּועלט בײַ ענגליש־רעדערס צו זאָגן „אָנשרײַבן אַ ביכל“ און „אויסלערנען זיך ייִדיש“ ווען מע מיינט, אַז מע איז דערמיט פֿאַרטיק, ווייס איך נישט. אָבער לייגן דעם טראָפּ אויף דעם דאַרף מען יאָ. אַנישט באַקומט זיך ענגליש מיט ייִדישע ווערטער.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.