Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

האַמבורגער ייִדישיסטן קוועלן פֿון רעפֿעראַטן־סעריע אויף ייִדישHamburg Yiddishists Eagerly Welcome Yiddish Lecture Series

איין רעדנער, דער שרײַבער מיכאל פֿעלזענבאַום, האָט באַגלייט זײַן לעקציע וועגן דעם מצבֿ פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער ליטעראַטור, מיט געזאַנג און הומאָר.

אין צפֿון־דײַטשלאַנד הערט מען זעלטן אַ נאַטירלעכן גערעדטן ייִדיש. טאַקע דערפֿאַר האָט אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש, געהאַלטן פֿונעם ייִדישן שרײַבער מיכאל פֿעלזענבאַום פֿון רמלה, ישׂראל, שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם.

די לעקציע, וואָס איז פֿאָרגעקומען סוף־נאָוועמבער, איז געווען טייל פֿון אַ סעריע רעפֿעראַטן אויף ייִדיש בײַ דער „שלמה בירנבוים געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש אין האַמבורג‟ — אַן אָרגאַניזאַציע וואָס וועט אין יאָר 2020 פּראַווען איר 25סטן יוביליי.

רעדנדיק אויף דער טעמע, „הײַנטצײַטיקע ייִדישע ליטעראַטור — אונטערגאַנג אָדער אַ נאַטירלעכער איבערגאַנג צו אַן עליטאַרן ניוואָ?‟, האָט פֿעלזענבאַום אַנאַליזירט צוויי טעזעס זײַנע: ערשטנס, אַז מענטשן וואָס רעדן הײַנט ייִדיש געהערן, צום גרעסטן טייל, צו דער געבילדעטער פּני, און צווייטנס, אַז ס׳איז הײַנט דאָ אַ טענדענץ אַז אַפֿילו נישט־ייִדן שטודירן די ייִדישע שפּראַך וואָס העלפֿט אויך אויפֿצוהאַלטן דאָס לשון. במשך פֿון זײַן לעקציע האָט פֿעלזענבאַום געזונגען צוועלעף פֿון זײַנע אייגענע לידער, באַגלייט מיט אַן עלעקטראָנישער קלאַוויאַטור, און באַרײַכערט דעם אָוונט מיט זײַן חוש פֿון הומאָר.

פֿעלזענבאַום האָט באַטאָנט אַז די ייִדישע שפּראַך שפּיגלט אָפּ די גאַנצע אייראָפּעיִשע געשיכטע און רעפּרעזענטירט דערפֿאַר אַ מין קיניגרײַך וואָס ס׳איז כּדאַי אויפֿצוהאַלטן אין איר אָריגינעלער פֿאָרעם. ער האָט אָבער אויך קריטיקירט דעם צו־מאָל נידעריקן ניוואָ פֿונעם ייִדישן טעאַטער, די פֿאַרוואַסערונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך אונטער דער השפּעה פֿון ענגליש און רוסיש און דעם אַרויסרייד פֿון ייִדיש אין געוויסע לענדער וואָס איז גאָר ווײַט פֿונעם אויטענטישן מעלאָדישן ייִדישן לשון.

ווען ער האָט געוויזן דעם עולם אַ נומער פֿונעם זשורנאַל „ייִדישלאַנד‟, וואָס ער רעדאַקטירט אין איינעם מיטן פּאָעט וועלוול טשערנין, דעם פּראָפֿעסאָר דבֿ־בער קערלער און וואַלערי דישניץ, איז דער עולם אַזוי אַנטציקט געוואָרן אַז מע האָט דעם זשורנאַל שיִער נישט אַרויסגעריסן פֿון זײַנע הענט.

מיט צוויי וואָכן שפּעטער איז פֿאָרגעקומען אַ צווייטע לעקציע אויף מאַמע־לשון. פּראָפֿעסאָר קלמן ווײַזער פֿון יאָרקער אוניווערסיטעט אין טאָראָנטאָ האָט רעפֿערירט אויף דער טעמע, „פֿונעם אַלוועלטלעכן ציוניזם ביז ׳אַגודת ישׂראל׳: ייִדישקייט און שפּראַך בײַ דער משפּחה בירנבוים‟.

פֿרײַנד פֿון דער „שלמה בירנבוים געזעלשאַפֿט‟ זענען געקומען פֿון גאַנץ צפֿון־דײַטשלאַנד צו הערן דעם רעפֿעראַט און דער קלאַסצימער אין דער נײַער ייִדישער ביבליאָטעק איז געווען איבערפֿול מיט מענטשן. אַ טייל האָבן געזאָגט אַז זיי זענען געקומען כּדי צו הערן אַ לעקציע אויף ייִדיש בעת אַנדערע האָבן געוואָלט זיך דערוויסן מער וועגן דער משפּחה בירנבוים. ד״ר שלמה בירנבוים (1891־1989) איז אין 1922 געווען דער ערשטער מענטש צו באַקומען אַ קאָנטראַקט צו לערנען ייִדיש אין אַ מערבֿ־אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט (הגם מע האָט אים נישט געמאַכט פֿאַר אַ פּראָפֿעסאָר פֿון אַ קאַטעדרע, צום באַדויערן) — און טאַקע אין האַמבורג. ביזן יאָר 1933 האָט ער דאָרט געלערנט און אַ טייל פֿון די בנינים וווּ ער האָט געוווינט און געלערנט שטייען עד־היום.

רעדנדיק אויף דרום־ייִדיש האָט ד״ר ווײַזער איבערגעגעבן פֿאַרשידענע פּרטים וועגן דער אינטערעסאַנטער משפּחה־געשיכטע, אָנהייבנדיק פֿון נתן בירנבוים, שלמהס טאַטע, זײַן אידעאָלאָגישער „רײַזע‟ פֿון ציוניזם צו ייִדישיזם; וועגן זײַן אַרבעט בײַם אָרגאַניזירן און אָנפֿירן מיט דער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ אין 1908 און וועגן שלמה בירנבוים אַליין: זײַן לינגוויסטישע פֿאָרשאַרבעט, די פּובליקאַציע פֿון זײַן גראַמאַטיק פֿון דער ייִדישער שפּראַך, זײַנע קלאַסן אין דער אָרטיקער תּלמוד־תּורה פֿאַר קינדער פֿון ייִדישע אימיגראַנטן (הײַנט געפֿינט זיך אין יענעם בנין אַ נײַע ייִדישע טאָגשול, די „יוסף קאַרלעבאַך שול‟), זײַנע באַמיִונגען צו שאַפֿן אַ פּראָפֿעסור פֿאַר „שפּראַכן מיט אַ שײַכות צו דײַטש‟ אין האַמבורג, וואָס איז נישט מקויים געוואָרן צוליב די נאַציס, און די אַנטיסעמיטישע אַטאַקן און זײַן אייגענע פֿינאַנציעלער אומזיכערהייט וואָס האָט אים גענייט צו עמיגרירן קיין ענגלאַנד.

נאָך ווײַזערס רעפֿעראַט האָט מען אַרומגערעדט די פֿראַגע, צי ס׳איז לעגיטים וואָס אַזוי פֿיל נישט־ייִדן לערנען זיך הײַנט ייִדיש, ווי אויך די פֿאַרשידענע בײַטן אין דער הײַנטיקער ייִדישער שפּראַך. דערבײַ האָט ער אונדז געוויזן אַ צײַטונג־אַרטיקל פֿון „דער יוד‟, מיטן קעפּל, „דאָס ייִדישע האַמבורג‟ — אַ מאַטעריאַל וואָס וועט זיכער מוטיקן די מיטגלידער פֿון דער „ייִדיש־געזעלשאַפֿט‟ עס איבערצוזעצן אויף דײַטש פֿאַרן ברייטן עולם.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.