Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ רירנדיקער מאָמענט אויפֿן סיום הש״ס אין ירושליםA touching moment at the Siyum HaShas in Jerusalem

אין מיטן דער פֿײַערונג האָבן די רבנים געוויזן אויף אַ ספּעציעלן גאַסט, אַ מענטש וואָס די מחברטע קען זייער גוט.

דאָ אין ניו־יאָרק האָט מען אַ גאַנצע וואָך געשריבן וועגן דעם ריזיקן עולם וואָס האָט זיך פֿאַרזאַמלט אינעם „מעטלײַף־סטאַדיאָן‟ צו פּראַווען דאָס פֿאַרענדיקן דעם זיבן־יאָריקן ציקל פֿון דף יומי, דעם טאָג־טעגלעכן גמרא־לערנען. און ס׳איז טאַקע געווען וואָס צו באַוווּנדערן: 90,000 ייִדן קומען זיך צונויף אין אַ סטאַדיאָן — נישט כּדי צו קוקן אַ פֿוטבאָל־מאַטש אָדער הערן אַ קאָנצערט, נאָר זיך צו פֿרייען מיטן לערנען תּורה.

אין ירושלים האָט מען אויך געפּראַוועט דעם סיום הש״ס מיט אַ ספּעציעלער פֿײַערונג פֿאַר ענגליש־רעדער. דאָרט איז דער עולם געווען קלענער אָבער אין מיטן פֿון דער פּראָגראַם — צווישן די דבֿרי־תּורה און ברכות פֿון אָנגעזעענע רבנים — איז פֿאָרגעקומען אַ גאָר אומגעריכטע זאַך וואָס האָט אַ שײַכות מיט מײַן אייגענער משפּחה.

מײַן שוועסטער, איידל, וווינט אין צפֿת מיט איר מאַן, חיים, וווּ זיי האָבן דערצויגן זיבן קינדער און האַלטן שוין בײַ דרײַצן אייניקלעך, קיין עין־הרע. צום באַדויערן לײַדט חיים פֿון „איי־על־עס‟, אַ פּראָגרעסיווע מחלה וואָס הרגעט צו ביסלעך אַוועק די נערוון אינעם מוח און חוט־השדרה ביז דער פּאַציענט ווערט פּאַראַליזירט אין אַלע אבֿרים, כאָטש דער קאָפּ אַרבעט נאָך.

געוויינטלעך קען דער פּאַציענט מיט דער צײַט מער נישט עסן אָדער אָטעמען און ער גייט אויס. אין חיימס פֿאַל האָט איידל געטאָן אַלץ מעגלעך אים צו האַלטן בײַם לעבן: מע האָט אים אַרײַנגעשטעלט אַ שפּײַזרער; צוגעטשעפּעט אַן אָטעם־אַפּאַראַט; און די משפּחה, צוזאַמען מיט וואָלונטירן און באַצאָלטע אַסיסטענטן פּאַסן אויף אויף אים אין דער היים אַנשטאָט צו האַלטן אים אין אַ שפּיטאָל אָדער אַנדער אינסטיטוציע, וווּ ער וואָלט זיך גרינג געקענט אָנשטעקן מיט אַ טייטלעכער אינפֿעקציע. אַ דאַנק איידלס מסירת־נפֿש און דער הילף פֿון איר משפּחה, שכנים און אַרבעטער, איז חיים רעלאַטיוו געזונט.

דערצו קומט צו אים יעדן טאָג אַרײַן זײַן חבֿרותא לערנען מיט אים אַ בלאַט גמרא. טאַקע דערפֿאַר האָט די משפּחה באַשלאָסן אַז ס׳וואָלט געווען פּאַסיק אַז חיים זאָל פֿאָרן אויפֿן סיום־הש״ס אין ירושלים. הגם דאָס איבערפֿירן אים אין זײַן טראָגבעטל, מיט אַלע אַפּאַראַטן, וואָלט בדרך־כּלל געווען זייער שווער (כאָטש מע האָט אים אַזוי געפֿירט צו אַלע חתונות פֿון זײַנע קינדער) איז עס הײַיאָר געוואָרן אַ סך גרינגער ווײַל די משפּחה האָט לעצטנס באַקומען אַ ספּעציעלן גרויסן אויטאָ וואָס קען אַרײַננעמען די גאַנצע מעדיצינישע אויסשטאַטונג כּדי מע זאָל אים קענען פֿירן פֿון איין אָרט אויף אַ צווייטן. האָט מען אים טאַקע מיט יענעם אויטאָ געפֿירט אויפֿן סיום הש״ס. מע האָט אים אַרײַנגעבראַכט אין זאַל און געבליבן נאָענט צו דער טיר טאָמער דאַרף מען אים צוליב עפּעס אַ סיבה פּלוצלינג אַרויספֿירן.

ווי מע קען זען אויפֿן ווידעאָ פֿון דער אונטערנעמונג האָט זיך דער אָוונט אָנגעהויבן מיט באַגריסונגען און דבֿרי־תּורה פֿון רבנים, ווי ס׳פּאַסט פֿאַר אַזאַ יום־טובֿ. אין מיטן פֿון דער פּראָגראַם, בערך בײַ 1 שעה מיט 9 מינוט, אַנאָנסירט דער רעדנער, הרבֿ קאָרנפֿעלד, אַז מע וועט איצט מאַכן אַ מי שברך און ווער עס האָט אַ קראַנקן קרובֿ אָדער באַקאַנטן זאָל אַרײַנשטעלן דעם חולהס נאָמען דאָרט וווּ ער שטעלט זיך אָפּ. (בײַ אַ מי שברך זאָגט מען דעם פּאַציענטס ייִדישן נאָמען מיטן נאָמען פֿון דער מאַמען ווי, למשל, משה בן פֿייגע אָדער אסתּר בת לאה). בײַם זאָגן דער מי שברך האָט הרבֿ קאָרנפֿעלד אויסגערופֿן זײַן מאַמעס נאָמען, און מיט אַ 10 סעקונדעס שפּעטער, פּלוצלינג געשעפּשעט חיימס נאָמען, חיים יצחק בן גיטל.

גלײַך נאָך דעם האָט דער הויפּטרעדנער פֿון אָוונט פּלוצלינג געזאָגט: „איידער מיר גייען ווײַטער וויל איך אַרויסהייבן אַז ווען איך בין הײַנט צוגעקומען צום שטענדער האָב איך זיך דערוווּסט אַז דאָ אינעם עולם געפֿינט זיך אַ ספּעציעלער מענטש, ר׳ חיים יצחק רעזניק פֿון צפֿת, וואָס לײַדט פֿון ׳איי־על־עס׳ און במשך פֿון די לעצטע זיבן און אַ האַלב יאָר מוטשעט ער זיך מיט זײַן שווערן געזונט. פֿון דעסט וועגן האָט ער שטאַרק געוואָלט בײַזײַן אויפֿן סיום הש״ס און האָט דורכגעמאַכט די קאָמפּליצירטע רײַזע מיט זײַן גאַנצער מעדיצינישער מאַנשאַפֿט צו זײַן דאָ מיט אונדז הײַנט. ער אַליין איז שוין אינעם צווייטן ציקל פֿון ׳דף יומי׳. ער זיצט בײַם אַרײַנגאַנג, און איך וואָלט שטאַרק געוואָלט אַז מע זאָל אים געבן אַ שטייענדיקע אָוואַציע.‟ ווען איך האָב דערזען ווי דער גאַנצער עולם הייבט זיך אויף און דרייט זיך אויס צו חיימען מיט זייערע אַפּלאָדיסמענטן, און ווי די קאַמערע „זומירט אײַן‟, רוקט זיך נעענטער צו חיימען כּדי צו דערמעגלעכן אונדז צו זען חיימען אין זײַן בעטל, זענען מיר געשטאַנען טרערן אין די אויגן. ס‘איז געווען קלאר פֿון זײַנע ווערטער אַז דאָ גיט מען אָפּ כּבֿוד נישט ווי געזונט אַ מענטש איז אָדער ווי שטאַרק, ווי שיין אָדער ווי טאַלאַנטירט. דער עיקר איז דער גײַסטיקער כּוח פֿון אַ מענטשן, און דער מסירת־נפֿש פֿון זיינע קרובֿים, שכנים און אַרבעטער, אים צו העלפֿן זיך אויסלעבן ווי ווײַט מעגלעך, נישט געקוקט אויף זײַנע פֿיזישע באַגרענעצונגען.

[איר קענט העלפֿן ר׳ חיימען דורך אַ מתּנה צום „חסדי רעזניק פֿאָנד 3308‟ וואָס געפֿינט זיך אויף דער וועבזײַט פֿונעם „ועד הרבנים‟ אָדער קלינגט אָן אין אַמעריקע: 1-877-722-2646; אין ישׂראל: 1-800-22-3636]

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version