דעם גאַנצן אַלבאָם „ציגעלע־מיגעלע‟ פֿון רות לעווין קען מען שוין הערן אָנלײַןRuth Levin’s album “Tsigele-Migele” can now be streamed
די קינדערלידער נעמען אַרײַן ווערטערשפּילן, פֿינגערשפּילן און לידער וועגן חיות און סעזאָנען, וואָס קינדער האָבן אויפֿגעזונגען פֿאַרן חורבן.

Graphic by Angelie Zaslavsky
במשך פֿון די לעצטע 6 יאָר האָב איך אינטערוויויִרט ממש הונדערטער מענטשן וועגן זייערע קינסטלערישע פּראָיעקטן פֿאַרבונדן מיט ייִדיש. ניט געקוקט אויף דעם, צי איך האָב געהאַלטן אַז אַ געוויסער פּראָיעקט איז געלונגען צי ניט, איז עס מיר שטענדיק געווען כּדאַי צו רעדן מיטן שאַפֿער פֿונעם פּראָיעקט, כּדי זיך צו דערוויסן, וואָס מאָטיווירט די הײַנטיקע קינסטלער, מוזיקער, און שרײַבער צו שאַפֿן עפּעס נײַ אויף מאַמע־לשון.
מער פֿון כּמעט אַלע פּראָיעקטן בלײַבט מיר פֿאַרפֿעסטיקט אין זכּרון רות לעווינס פּרעכטיקער אַלבאָם קינדערלידער „ציגעלע, מיגעלע‟, וואָס איז אַרויס אין 2016. סײַ אַ מוזיקאַלישער פּראָיעקט, סײַ אַן אַרכיוואַלע עקספּעדיציע, האָט לעווין דורכן אַלבאָם באַוויזן ממש אויפֿצולעבן דורך מוזיק די קלאַנגען פֿון דורות מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע קינדער, וואָס זענען אויף אייביק פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. מע הערט ניט בלויז לידער געשאַפֿן פֿאַר קינדער דורך פּאָעטן, נאָר אויך לידער געשאַפֿן פֿון די קינדער אַליין: פֿינגערשפּילן וואָס מע האָט גענוצט בײַם ציילן, לידער מיט וועלכע מע האָט אָנגעהויבן אַ רונדע „באַהעלטערלעך‟, וכדומה.
די געניאַלקייט פֿונעם אַלבאָם איז דאָס, וואָס ער קען דינען סײַ ווי אַן אַרכיוואַלער קוואַל פֿון פֿאָלקלאָר, סײַ ווי אַ רעקאָרדירונג מיט וועלכער מע קען פֿאַרווײַלן הײַנטיקע קינדער. די קוואַליטעט איז אויסערגעוויינטלעך, סײַ וואָס שייך דער מוזיק און געזאַנג, סײַ וואָס שייך דער פּראָדוקציע פֿון דער רעקאָרדירונג גופֿא.
לעצטנס האָט רות לעווין פֿאַרעפֿנטלעכט דעם גאַנצן אַלבאָם אויף איר יוטוב־קאַנאַל, כּדי אַלע זאָלן קענען אים שפּילן בחינם. ס׳איז כּדאַי זיך צוצוהערן און צו טיילן מיט אײַערע קינדער און אייניקלעך, ייִדיש־סטודענטן, אָדער סתּם ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן וואָרט.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
