Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

קאָנפֿערענץ אַנטפּלעקט קאָמפּליצירטע געשיכטע פֿון ריבניצער רביןConference reveals complex history of the Ribnitzer Rebbe

אַנדערע טעמעס אויף דער מאָסקווער קאָנפֿערענץ: דער רעמאָנט פֿונעם בערדיטשער בית־עולם און אינטערנעץ־שמועסן פֿון חרדישע פֿרויען וועגן אינטימע טעמעס.

אין דער אַקאַדעמישער וועלט איז דאָ אַ באַזונדערער לוח: אָט קומט פֿאָר איין קענפֿערענץ, און אָט ווען — אַן אַנדערע; אָט ווען אַפּליקירט מען אויף פֿאַרשיידענע סטיפּענדיעס און אָט ווען שיקט מען אײַן באַריכטן.

בײַ די רוסלענדישע ייִדישע לימודים ווערט דער דאָזיקער לוח געבויט לויט די אונטערנעמונגען פֿונעם צענטער „ספֿר‟, אַן אָפּטייל פֿון אַ וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע, וואָס אָרגאַניזירט קאָנפֿערענצן און סעמינאַרן אין ייִדישע לימודים. פֿון זײַנע סטודענטן־פּראָגראַמען זענען אויסגעוואַקסן נישט ווייניק יונגע (און שוין נישט אַזוי יונגע) געלערנטע מיט דאָקטאָר־טיטלען, וואָס אַרבעטן אין אוניווערסיטעטן אין רוסלאַנד, אין אַנדערע געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן און אין אויסלאַנד. דעצעמבער פֿירט דער צענטער „ספֿר‟ דורך יאָר אײַן יאָר אויס אַ קאָנפֿערענץ, וואָס פֿאַרגלײַכט די ייִדישע און סלאַווישע קולטור־טראַדיציעס. הײַיאָר ווערט די קאָנפֿערענץ אַריבערגעטראָגן אויף יאַנואַר, און אין דעצעמבער האָט „ספֿר‟ בשותּפֿות מיטן מאָסקווער ייִדישן מוזיי דורכגעפֿירט אַ מער באַשיידענע קאָנפֿערענץ, געווידמעט דעם פֿאַרגאַנגענעם סעזאָן פֿון פֿעלדפֿאָרשונגען — עטנאָגראַפֿישע, אַנטראָפּאָלאָגישע, סאָציאָלאָגישע, לינגוויסטישע און עפּיגראַפֿישע.

דער גרעסטער פֿאָרשונג־פּראָיעקט אין ייִדישער עטנאָגראַפֿיע, אונטערגענומען פֿון רוסלענדישע געלערנטע הײַיאָר, איז געווען געווידמעט דעם ריבניצער רבין. דאָס איז אַן אייגנאַרטיקער בײַשפּיל פֿון אַ רבין, וואָס האָט געשמט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און פֿאַרוואַנדלט אַ סאָוועטישע שטאָט אין אַן אָרט פֿון חסידישער הייליקייט.

ריבניץ געפֿינט זיך אין ניעסטערער געגנט, אַ זעלבסט־פּראָקלאַמירטער רעפּובליק. מאָלדאָווע באַטראַכט די „פּרידניעסטראָוויע‟ ווי איר טייל, אָבער אין דער געגנט איז דאָ אַ באַזונדערע וואַלוטע און אַ באַזונדערע צאָלסיסטעם. אַריבערצוגיין אַ גרענעץ איז פּשוט. אין „פּרידניעסטראָוויע‟ רעדט מען רוסיש, און עס זענען געבליבן עטלעכע עלטערע ייִדן, וואָס רעדן נאָך ייִדיש. אין איינעם פֿון די אָרטיקע דערפֿער — גערשונעווקע, געוועזענע ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿט־קאָלאָניע — האָט די עקספּעדיציע געפֿונען אַ 90־יעריקע אויקראַיִנישע פֿרוי, וואָס געדענקט נאָך ייִדיש און דערציילט אויף אויסנווייניק פֿאַרשיידענע ייִדישע פֿאָלקסטעקסטן.

Sefer Conference

דער עולם אין מאָסקווער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע Image by Sefer Center

ריבניץ איז געוואָרן אַ גרויסע שטאָט אין די סאָוועטישע צײַטן, און אין די 1980ער האָט מען דאָרטן אויסגעבויט אַ מעטאַלורגישן קאָמבינאַט, וואָס אויף אים באַזירט זיך די ווירטשאַפֿט פֿון דער שטאָט.

דער רבי, חיים זאַנוול אַבראַמאָוויטש, איז געבוירן געוואָרן אין 1902 אין באָטאָשאַן, רומעניע. זײַענדיק דעם שטעפֿאַנעשטער רבינס אַ תּלמיד, איז ער אַליין געוואָרן אַ חסידישער רבי און אַרומגעפֿאָרן פֿון שטאָט צו שטאָט. דער חורבן האָט אים פֿאַרכאַפּט אין רעזינע, אַ שטאָט אויפֿן ברעג ניעסטער. צוזאַמען מיט אַנדערע רעזינער ייִדן האָט מען אים געטריבן קיין ריבניץ, פּונקט אַריבער דעם טײַך. אָן אַ שיעור לעגענדעס דערציילט מען וועגן דעם, ווי אַזוי ער האָט יעדן טאָג געראַטעוועט די ייִדן פֿון דערשאָסן ווערן, און די גאַנצע ריבניצער געטאָ — פֿון ליקווידאַציע.

נאָכן חורבן איז ער געבליבן אין ריבניץ. די היגע תּושבֿים — אי ייִדן אי גויים — געדענקען זײַן אויסזען און זײַנע מנהגים: ער פֿלעג זיך יעדן טאָג טובֿלען אין ניעסטער, פֿלעג דאַווענען בײַ נאַכט (געפּראַוועט תּיקון־חצות) און זיך באַשיטן מיט אַש. מע דערמאָנט זיך אויכעט אין דער רביצין שׂרהקע — אַ קליינער, דאַרער פֿרוי. עטלעכע מענטשן דערציילן, אַז דער רבי מיט דער רביצין האָבן געוווינט אַ פּאָר חדשים אָדער יאָרן בײַ זייערע קרובֿים און בײַ זיי האָט זיך פֿאַרזאַמלט דער מנין. דער רבי ר׳ חיים־זאַנוול האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער ייִדישער אינפֿראַסטרוקטור פֿון דער שטאָט: ער איז געווען אַ שוחט, אַ מוהל און אַ בעל־שם: צו אים איז מען געגאַנגען, ווען עפּעס אַ קרובֿ איז געווען קראַנק אָדער מע האָט געדאַרפֿט אַנדערע מינים ניסימדיקע הילף. אַ סך ייִדן ווײַזן דעם רבינס פּאָרטרעטן און אַמולעטן — קאָפּקעס וואָס ער האָט געגעבן (ווי דער שטעפֿאַנעשטער רבי, פֿלעג ער געבן זײַנע חסידים אַ מינץ מיט אַ ברכה). אַלע סאָוועטישע בירגער האָבן געדאַרפֿט האָבן אַן אָפֿיציעלע אַרבעט, האָט דער רבי געאַרבעט אין אַ פֿלייש־קאָמבינאַט.

אין ריבניץ איז די באַציִונג צו דעם ריבניצער געווען אַ קאָמפּליצירטע. פֿון איין זײַט, האָט מען זיך צו אים געוואָנדן אין שווערע צײַטן און מע פֿלעג כּסדר אָפּטראָגן צו אים הינער צום שעכטן. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט מען אים געהאַלטן פֿאַר אַ מין תּמעוואַטן, כּמעט פֿאַר אַ נאַר, און קינדער פֿלעגן פֿון אים חוזק מאַכן. קיין ריבניצער חסידות און ריבניצער חסידים זענען נישט געווען. אמתע חסידים האָט ר׳ חיים־זאַנוול געהאַט ערגעצוווּ אין די קאַרפּאַטן־בערג. נאָר צוליב עפּעס אַ סיבה איז ער ניט אַוועק פֿון ריבניץ און אין קאַרפּאַטן פֿלעג ער בלויז קומען אויף אַ וויזיט עטלעכע מאָל אַ יאָר.

אָבער דווקא ר׳ חיים־זאַנוולס חסידים פֿון קאַרפּאַטן האָבן אים געהאָלפֿן אַרויסצופֿאָרן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אָנהייב 1970ער יאָרן, ווען ס׳איז געווען די צווייטע כוואַליע ייִדישער עמיגראַציע פֿון מערבֿ אוקראַיִנע, זענען פֿרומע ייִדן אַרויסגעפֿאָרן און מיטגענומען דעם ריבניצער צדיק און זײַן פֿרוי. (קיין קינדער האָבן זיי ניט געהאַט). זיי זענען געקומען קיין ישׂראל און געלעבט דאָרטן אַ פּאָר יאָר. אין 1974 איז די רביצין אַוועק פֿון דער וועלט און דער רבי האָט זיך אַריבערגעצויגן קיין אַמעריקע.

וועגן דער אָ געשיכטע און אַנדערע אַנטדעקונגען האָבן דערציילט מאַריאַ קאַספּינאַ פֿונעם רוסלענדישן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט, און לאַריסאַ פּריוואַלסקאַיאַ. (קאַספּינאַ האָט, צוזאַמען מיטן פּראָפֿעסאָר דובֿ־בער קערלער און פּראָפֿעסאָר וואַלערי דימשיץ, אָנגעפֿירט מיט דער עקספּעדיציע אין ריבניץ). נאַטאַליאַ קירעיעוואַ, פֿונעם רוסלענדישן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט, און ליובאָוו טשירקינאַ, פֿון מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט, וואָס האָבן אויך אָנטייל גענומען אין דער עקספּעדיציע, האָבן געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן די הײַנטיקע ייִדן אין ריבניץ וואָס זענען גאָר אַסימילירט, סאָוועטיש און סעקולער. זיי האָבן פֿאָקוסירט אויף געמישטע חתונות, וואָס זענען פֿילצאָליק אין דעם ייִשובֿ, און דערציילט וועגן דעם, ווי אַזוי מע באַציט זיך צו אייגענע און צו פֿרעמדע טראַדיציעס (געוויינטלעך נעמט מען אָן ביידע, און מע פּראַוועט סײַ ייִדישע יום־טובֿים, סײַ קריסטלעכע חגאות, סײַ סאָוועטישע).

מאַריאַ קאַספּינאַ האָט אויך דערציילט וועגן דער עקספּעדיציע, וואָס זי און סוועטלאַנאַ אַמאָסאָוואַ (פֿונעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי) האָבן אונטערגענומען אין ישׂראל. דאָרטן האָבן זיי אויסגעפֿרעגט דעם רבינס חסידים וואָס זענען מיט אים אַרויס פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און פֿאַרשריבן געשיכטעס פֿון זײַנע ניסים ונפֿלאות. זיי האָבן אויך אויסגעפֿרעגט געוועזענע ריבניצער תּושבֿים און געפֿונען דער רביצינס שׂרהקעס קבֿר (זי איז נפֿטר געוואָרן אין ישׂראל).

וועגן אַן אַנדער עקספּעדיציע, וואָס האָט געהאָלפֿן אַנטפּלעקן פּרטים וועגן דעם שפּעטערן לעבן פֿון דעם רבין, האָט דערציילט וואַלערי דימשיץ, פּראָפֿעסאָר פֿונעם אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט אין פּעטערבורג, וועלכער איז געפֿאָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קיין מאָנסי, צו פֿאָרשן אַ טראַדיציע וואָס האָט זיך דאָרט אַנטוויקלט, אין וועלכן חסידים קומען אָפֿט צום רבינס קבֿר כּדי דאָרט צו דאַווענען. ווי דימשיץ גיט איבער האָט דער רבי, נאָכן אָנקומען אין אַמעריקע, צום צווייטן מאָל חתונה געהאַט, דאָס מאָל מיט אַ ייִנגערער פֿרוי. אויך אין אַמעריקע האָט ער ניט געהאַט קיין חסידישן הויף און איז אַריבער פֿון שטאָט צו שטאָט. אין 1995 איז ער נפֿטר געוואָרן און איז באַגראָבן געוואָרן אין מאַנסי.

מיט אַ יאָר צען צוריק האָט זיך די באַציִונג צו אים אָבער געביטן. איינע אַ ישיבֿה קטנה אין מאַנסי האָט מען אָנגערופֿן נאָך אים, און אַ פּלימעניק פֿונעם רבינס צווייטער פֿרוי, וואָס איז געווען איינער פֿון די לערערס און אַ שמשׂ פֿון דער ישיבה, האָט אַ סך בײַגעטראָגן צו פֿאַרשטאַרקן דעם רבינס רעפּוטאַציע. מע גיט צדקה — און די ייִנגלעך און בחורים דאַווענען און לערנען אין דעם שטיצערס זכות. אויף דער צדקה האָט די ישיבֿה אויסגעבויט אַ ריזיקן בנין.

נאָך פּאָפּולערער איז ר׳ חיים־זאַנוולס קבֿר. יעדן טאָג דאַוונען בײַ אים אַרום 200 מענטשן, און יעדן ראש־חודש און אויפֿן רבינס יאָרצײַט קומען אויפֿן קבֿר ביז 30,000 מענטשן. אַזוי אַרום, דערקלערט דימשיץ, איז דעם ריבניצערס קבֿר געוואָרן נאָך מער פּאָפּולער, ווי די קבֿרים פֿונעם ליובאַוויטשער רבין ר׳ מנחם־מענדל שנאורסאָן און פֿונעם סאַטמאַרער רבין ר׳ יואל־משה טייטלבוים. מע מיינט, אַז באַזונדערס „עפֿעקטיוו‟ אין פּאָפּולאַריזירן דעם קבֿר איז די שטיצע פֿון געוויסע קאָרומפּירטע ישׂראלדיקע הויכע באַאַמטע וואָס מע זעט אָפֿט בײַם קבֿר. מע טיילט דאָרט אויך אויס האַגיאָגראַפֿישע שריפֿטן וועגן דעם רבין אויף דרײַ שפּראַכן: ייִדיש, ענגליש און העברעיִש.

לויט דימשיצן, האָט דער אָ קולט צוויי סיבות. ערשטנס, זוכט מען אַ בעל־שם, און דער הויפּט־מאָטיוו פֿון די לעגענדעס וועגן חיים־זאַנוולען איז אַז ער האָט געטאָן וווּנדער; במילא טוט זײַן קבֿר אויך אויף ניסים. און צווייטנס, האָט דער קולט זיך פֿאַרשפּרייט צוליב דער זעלביקער סיבה, וואָס צוליב איר איז דער ריבניצער ניט געווען פּאָפּולער אין אַמעריקע: ס׳איז ניטאָ קיין ריבניצער חסידישער הויף און ניטאָ קיין ריבניצער חסידישע דינאַסטיע; ר׳ חיים־זאַנוול איז אַ רבי פֿאַר קיינעם — און גלײַכצײַטיק פֿאַר אַלעמען.

מע האָט אויסגעפֿאָרשט די הויפּטמאָטיוון פֿון לעגענדעס וועגן דעם ריבניצער רבין און השפּעה פֿון קלאַסישע חסידישע קוואַלן אויף די אָ מאָטיוון. אַן אַנדער פֿאָרשערישע פֿראַגע איז אַ געאָגראַפֿישע: ווי ווײַט זענען געווען פֿאַרשפּרייט די דערציילונגען וועגן דעם „תּמעוואַטן‟ בעל־שם און גואל? און פֿון וואַנען פֿלעגן מענטשן קומען צו אים? וועגן דעם וועט מען שרײַבן אין אַ זאַמלבוך, וואָס מע וועט פֿאַרעפֿנטלעכן אין אַן ערך אַ יאָר אַרום.

אַן אַנדער עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציע, אָרגאַניזירט פֿון „ספֿר‟, איז געפֿאָרן קיין דערבענט, אַ שטאָט אין דאַגעסטאַן (רוסלענדישער טייל פֿון קאַווקאַז), און פֿון דאָרטן איז מען געפֿאָרן אויך אין אַרומיקע דערפֿער. אָנגעפֿירט מיט איר האָט סוועטלאַנאַ אַמאָסאָוואַ. אויף דער קאָנפֿערענץ האָט זי געהאַלטן אַ רעפֿעראַט מיט פּרטים פֿון דער עקספּעדיציע: וועמען האָט מען אויסגעפֿרעגט? וואָסערע פֿראַגעס האָט מען זיי געשטעלט? וואָסערע שפּראַכן רעדן די ייִדן אין דאַגעסטאַן, אַחוץ רוסיש? וואָסערע טראַדיציעס און לאָקאַלע באַזונדערקייטן האָבן זיך בײַ זיי אָפּגעהיט?

אַנדערע באַטייליקטע האָבן דערציילט וועגן באַזונדערע אַספּעקטן פֿון דער אַרבעט. יעקאַטערינאַ זאַבאָלאָטניך פֿון יעקאַטערינבורגער אוניווערסיטעט האָט אַרומגערעדט די חתונה־מנהגים, און אַרוסיאַק אַגאַבאַביאַן (קראַסנאָדאַרער אוניווערסיטעט, וווּ ס׳איז דאָ איינע פֿון די בעסטע קאַטעדרעס פֿונעם פֿאָרשן עטנאָגראַפֿיע פֿון קאַווקאַז) האָט דערציילט וועגן דער פֿעלדאַרבעט מיט די גויים, וואָס זי האָט אויסגעפֿרעגט אין דאַגעסטאַנער דערפֿער.

די עקספּעדיציעס פֿון „ספֿר‟ באַשטייען געוויינטלעך פֿון צוויי טיילן: אַן עטנאָגראַפֿישן און אַן עפּיגראַפֿישן, וואָס פֿאָרשט ייִדישע בית־עולמס. די עפּיגראַפֿיסטן האָבן הײַיאָר געפֿאָרשט אין דרום־דאַגעסטאַן, אוריעוו און באַרדיטשעוו. מיכאַיִל וואַסיליעוו (רוסלענדישע וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע) האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן אוניווערסאַלע און לאָקאַלע באַזונדערקייטן פֿון די מצבֿות אין דערבענט און אַרומיקע דערפֿער. יעקאַטערינאַ קאַראַסיאָוואַ האָט דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿון אוריעווער ייִדישן בית־עולם, זײַן הײַנטצײַטיקן צושטאַנד און זײַנע טיפּישע עפּיטאַפֿן, ציטאַטן און בילדער. יוליאַ לען (אוניווערסיטעט פֿון טאַרטו) האָט דערציילט וועגן דער אַרבעט אויפֿן ריזיקן ייִדישן בית־עולם אין באַרדיטשעוו, וואָס געדויערט שוין פֿיר יאָר. דערווײַל האָט מען פֿון אַן ערך 10,000 מצבֿות שוין באַוויזן צו פֿאָטאָגראַפֿירן, באַשרײַבן און איבערזעצן די עפּיטאַפֿן פֿון עטלעכע טויזנט.

אַ טייל רעפֿעראַטן האָבן איבערגעגעבן וועגן אַנדערע פּראָיעקטן. חוה שמואלעוויטש האָט פֿאָרגעשטעלט דעם פּראָיעקט „די היימישע שפּראַך‟ (אוניווערסיטעט פֿון חיפֿה). אַ גרופּע מיטאַרבעטער פֿאַרשרײַבט און פֿילמירט אינטערוויוען מיט די רעדער פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע שפּראַכן אין ישׂראל: לאַדינאָ, ייִדיש־גריכיש, ייִדיש־אַראַביש, ייִדיש־קורדיש, דזשוהורי און אַנדערע. חוה שמואלעוויטש פֿאַרשרײַבט אַליין די לידער אויף אַלע ייִדישע שפּראַכן. דער פּראָיעקט איז אַ פּנים נישט טייל פֿון אַ פֿאָרשערישער פּראָגראַם אָבער האָט אַ גרויסן באַטײַט פֿאַרן אָפּהיטן די קולטור־ירושה פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע סוב־עטנישע גרופּעס.

גאַנץ אַנדערש איז דער פּראָיעקט, פֿאָרגעשטעלט פֿון אַלעקסעי ליאַוודאַנסקי און סערגעי ליאָזאָוו (הויכשול פֿון עקאָנאָמיק, מאָסקווע), באַרימטע פֿאָרשער פֿון סעמיטישע שפּראַכן. יאָרן לאַנג האָבן זיי געפֿאָרשט געשריבענע טעקסטן אויף אַלטע סעמיטישע שפּראַכן — לשון־קודש, אַראַמעיִש, אַקאַדיש, אוגאַריטיש. מיט אַ יאָר פֿינף צוריק האָבן זיי אָנגעהויבן זייערע פֿעלדפֿאָרשונגען: דאָקומענטירן מאָדערנע אַראַמעיִשע שפּראַכן, קודם־כּל — תּוריא (טוראָיאָ). זיי שטעלן צונויף אַ ווערטערבוך פֿון תּוריא און באַשרײַבן די פֿאָנעטיק, די פֿאָנאָלאָגיע און די גראַמאַטיק פֿון דער שפּראַך. סערגעי ליאָזאָווס רעפֿעראַט איז געווידמעט געווען תּוריא אין טוראַבדין, און אַלעקסעי ליאַוודאַנסקי האָט גערעדט וועגן זײַן געפּלאַנטער פֿעלדאַרבעט מיט אַראַמעיִש־רעדנדיקע ייִדן פֿון איראַן.

אַ טעאָרעטישע פּראָבלעם פֿון מאָדערנע סעקולערע „קולטן‟ האָט דיסקוטירט מיכאַיִל לוריע, פּראָפֿעסאָר פֿון אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט (פּעטערבורג) און זײַן אַספּיראַנטקע נאַטאַליאַ סאַווינאַ. זיי האָבן אויסגעפֿאָרשט דעם פֿאַל, ווען פֿאַר אַ סימבאָל פֿון אַ ווײַסרוסיש שטעטל האָט מען אויסגעקליבן דווקא אַ פֿרעמדן העלד, דעם „שאַפֿער‟ פֿונעם מאָדערנעם העברעיִש — אליעזר בן־יהודה.

אַ סך האָט מען גערעדט וועגן מעטאָדאָלאָגישע פֿראַגן און פּרינציפּן פֿון אַנטראָפּאָלאָגישע פֿאָרשונגען, פֿון דורכפֿירן און אַנאַליזירן אינטערוויוען.

אירענאַ רעבראָוואַ (הומבאָלדט־אוניווערסיטעט, בערלין) האָט פֿאַרגליכן פֿאַרשיידענע פּראָיעקטן, וואָס פֿאָרשן דעם היסטאָרישן זכּרון וועגן חורבן אין צפֿון־קאַווקאַז און פֿאַרשיידענע צוגאַנגען צו פֿאָרשן דעם היסטאָרישן זכּרון.

Varvara Redmond

וואַרוואַראַ רעדמאָנד דערציילט וועגן “דיגיטאַלער עטנאָגראַפֿיע”. Image by Sefer Center

וואַרוואַראַ רעדמאָנד, אַן אומאָפּהענגיקע פֿאָרשערין פֿון וואַרשע און אַ געוועזענע סטודענטקע פֿונעם רעפֿאָרמער ראַבינער־סעמינאַר, האָט אָנגעהויבן איר רעדע אַזוי: „איך האָב ניט קיין געלט, בכלל ניט קיין געלט, און איך קען ניט פֿאָרן אויף קיין עקספּעדיציע. האָב איך אויסגעקליבן זיך צו פֿאַרנעמען מיט דיגיטאַלישער עטנאָגראַפֿיע‟; מיט אַנדערע ווערטער — זי האָט געטאָן איר פֿאָרשאַרבעט דורך דער אינטערנעץ. איר טעמע איז געווען די באַציִונג צו סעקס בײַ חרדישע פֿרויען, וואָס זי פֿאָרשט אויפֿן סמך פֿון ענגליש־שפּראַכיקע אינטערנעץ־זײַטן און פֿאָרומס און געשלאָסענע פֿייסבוק־גרופּעס. זי האָט זיך פֿאַרנומען מיט פֿראַגעס פֿון די „טהרה־טעג‟, פֿון מקווה און „פֿאַרבאָטענע‟ טעמעס ווי אָרגאַזם, וואָס מע דיסקוטירט אין די אָ גרופּעס. אירע העלדינס זענען קודם־כּל יונגע ייִדישע פֿרויען, וואָס גרייטן זיך צו דער חתונה אָדער האָבן אַנומלט חתונה געהאַט און האָבן נישט לאַנג צוריק אויסגעלערנט די הלכות פֿון משפּחה־לעבן. ווי זי האָט באַמערקט פֿון די אינטערנעץ־שמועסן ווילן די פֿרויען וויסן מער וועגן סעקס און האָבן זיך נאָך נישט צוגעוווינט צו הלכישע נאָרמעס: זיי דערציילן, ווי זיי בענקען נאָך זייערע מאַנען אין משך פֿון די זיבן „טהרה־טעג‟ און צו מאָל גייען זיי אין מקווה פֿריִער ווי מע דאַרף על־פּי הלכה. עטלעכע פֿרויען שרײַבן אַנאָנים, אַז זיי שעמען זיך שטאַרק צו גיין אין דער מקווה ווײַל זיי וועלן ניט אַז אַ פֿרעמדע פֿרוי זאָל זיי באַטראַכטן, און דערפֿאַר נעמען זיי האָרמאָנאַלע קאָנטראַצעפּטיוון ווי „די פּיל‟, אַבי צו גיין אין מקווה זעלטענער. וואַרוואַראַ רעדמאָנט האָט דערציילט וועגן דעם צונויפֿוועב פֿון דער טראַדיציאָנעלער רעטאָריק (די הלכות וואָס די יונגע ווײַבער הערן בײַ זייערע רביצינס און לערערקעס) און דער נײַער, פֿעמיניסטישער רעטאָריק, וואָס איז דערגאַנגען אויך צו חרדישע קרײַזן: מקווה ווערט באַשריבן ווי „די צײַט פֿאַר זיך‟, און די קאָמוניקאַציע מיט דער בלנית (טיקערין אויף ייִדיש, אָדער mikvah lady בלע״ז) — ווי אַ מין פֿעמיניסטישע טרעפֿונג. דער רעפֿעראַט האָט אַרויסגערופֿן לאַנגע דיסקוסיעס פֿון מעטאָדאָלאָגישן כאַראַקטער: אויב די פֿאָרשערין, וואָס גייט אַריין אין געשלאָסענע פֿאָרומס און פֿייסבוק־גרופּעס, איז אין דער אמתן ניט קיין פֿרומע ייִדישע פֿרוי, טאָ ווי אַזוי קען זי זײַן זיכער, אַז אַלע אַנדערע מענטשן, וואָס שרײַבן דאָרטן, זענען נישט קיין „פֿייקס‟ (שאַרלאַטאַנען). איין פֿרומע ייִדישע פֿרוי פֿון ישׂראל האָט געשטעלט די פֿראַגע, צי ס׳איז באַרעכטיקט צו פֿירן די פֿאָרשונג בלויז אויפֿן סמך פֿון די פֿאַלן, וואָס ווערן אַרומגערעדט אויף אַזעלכע אינטערנעץ־זײַטן, און דערבײַ צו „איגנאָרירן‟ די פֿרויען וואָס זענען צופֿרידן מיט דער טראַדיציע.

די אָ דיסקוסיע וועט מען ממשיך זײַן אויף דער קאָנפֿערענץ, וואָס וועט דורכגעפֿירט ווערן פֿון „ספֿר‟ אין מאָסקווע סוף יאַנואַר, ווען מע וועט באַטראַכטן די טעמע פֿון דער משפּחה אין די צוויי פֿאָלקס־טראַדיציעס: דער סלאַווישער און דער ייִדישער.

דערווײַל האָט מען אַ טייל פֿון די מאַטעריאַלן פֿון דער דעצעמבער־קאָנפֿערענץ שוין געשטעלט אויף דער אינטערנעץ.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.