Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ ייִדיש ליד וואָס שילדערט פּאַלעסטינער אויף אַ ראַסיסטישן אופֿןA Yiddish poem that portrays Palestinians in racist terms

דער מחבר קריטיקירט דאָס ליד וואָס פֿאַררופֿט זיך אויף די פּאַלעסטינער ווי „אַ פֿאָלק וואָס טראָגט אין זיך נאַכט‟.

צװישן די נײַע צײַטשריפֿטן וואָס געפֿינען זיך הײַנט אױף ייִדיש איז דער זשורנאַל „ייִדישלאַנד“, װאָס װערט אַרױסגעגעבן אין ישׂראל מיט דער אונטערשטיצונג פֿון דעם אָלניאַנסקי־פֿאַרלאַג אין שװעדן.

ביז הײַנט זײַנען שוין אַרױס פֿיר נומערן, און איך בין געװען זײער צופֿרידן צו באַקומען דעם נײַסטן נומער — נאָך מער ווי פֿריִער װײַל מע האָט דאָרט אָפּגעדרוקט עטלעכע לידער מײַנע, און דער גאַנצער נומער איז געװען אָפּגעגעבן פּאָעזיע. װאָס קען זײַן שלעכט? 

איך האָב אָנגעהױבן לײענען און הנאה געהאַט פֿון דובֿ־בער קערלערס קורצן עסײ װעגן דעם גורלדיקן יאָר 1919 אין דער ייִדישער ליטעראַרישער געשיכטע. דערנאָך האָב איך געקוואָלן פֿון דער ערודיציע און פּינקטלעכקײט אין אַן אַרטיקל פֿון װעלװל טשערנין, אײנער פֿון די רעדאַקטאָרן פֿון זשורנאַל, וווּ ער אַנאַליזירט די געשיכטע פֿון ייִדישע איבערזעצונגען פֿון אָסיפּ מאַנדעלשטאַם, דעם רוסיש־שפּראַכיקן ייִדישן קלאַסיקער פֿון 20סטן יאָרהונדערט. דאָרטן איז דערמאָנט געװאָרן אײנער פֿון מײַנע באַליבטסטע הײַנטיקע שרײַבערס, דעם פּאָעט און איבערזעצער ישׂראל נעקראַסאָװ. אַ כּלל, מאַנדעלשטאַמס קאָמפּליצירטע, טיפֿע לידער זענען שוין באַקאַנט ווי ווערק וואָס זענען גאָר שווער איבערצוזעצן, איז מיר אַ מחיה צו זען װי מע באַהאַנדלט דאָס ערנסט פֿאַר אונדז לייענער.

דערנאָך האָב איך אָבער געלייענט אַ ליד װאָס האָט בײַ מיר אַרױסגערופֿן אַ גאָר אַנדערן אָפּרוף: צו ערשט — צעטומלונג, דערנאָך חידוש און צום סוף — אַנטױשונג און כּעס. 

עס האַנדלט זיך װעגן אַ ליד פֿון משה לעמסטער, אַ באַקאַנטער ייִדישער שרײַבער װאָס װױנט אין פּתּח־תּקווה. זײַן ליד טראָגט דעם טיטל „אַ יום־טובֿ אין עזה,“ װאָס שילדערט װי פּאַלעסטינער פֿרײען זיך מיט דער הריגה פֿון ישׂראלים. מילא, אַזאַ ליד איז מיר גענוג נישט צום האַרצן, אָן דעם געהעריקן קאָנטעקסט (דער פּאָעט שרײַבט, כּאילו די פּאַלעסטינער זײַנען אַכזרים, װאָס האָבן ליב צו אַטאַקירן ייִדן גלאַט אין דער װעלט אַרײַן). איך פֿאַרשטיי אָבער אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ גרױסע מחנה רעכט־געשטימטע ייִדן װאָס האַלטן אויך אַזױ. נישט קײן גרױסער חידוש דאָס צו זען.

דערנאָך אָבער קומט דער אמתער בײז־װוּנדער:

צװײ סאָלדאַטן .

סײַ נעכטן, סײַ מאָרגן, סײַ הײַנט, 
שטענדיק עס גײען אין שלאַכט:
אַ סאָלדאַט, װאָס טראָגט אין זיך שײַן,
אַ סאָלדאַט, װאָס טראָגט אין זיך נאַכט.

ערגעץ דאָרטן, צי נאָענט, צי װײַט,
בײַם פֿעלד, װאָס פֿײַערט און קנאַקט, 
װאַרט אַ פֿאָלק, װאָס טראָגט אין זיך שײַן,
װאַרט אַ פֿאָלק, װאָס טראָגט אין זיך נאַכט…

טאָמער איז נאָך נישט קלאָר װאָס דער פּאָעט איז דאָ אױסן, פֿירט ער אױס בזה־הלשון:

„איך בין שטאָלץ מיטן ייִדישן לאַנד .
אין די קינדערלעך קוק איך זיך אײַן —
ס׳האָט מײַן פֿאָלק אין 
                     זײערע הערצער
                                  פֿאַרפֿלאַנצט
זונעלעך בראשית־שײַן….“

לאָמיר דאָס קלאָר פֿאַרסך־הכּלען: פֿאַראַן צװײ פֿעלקער, דװקא אין ייִדישן לאַנד. אײנס איז דאָס פֿאָלק פֿון שײַן, דאָס צװײטע — דאָס פֿאָלק פֿון נאַכט. נישט װאָס אײן פֿאָלק איז מערסטנס באַרעכטיקט, און דאָס צװײטע — מערסטנס טועתדיק. נײן, דאָס איז אַ ליד פֿון ראַסעס װאָס האָבן אין זיך אַן עצם מהות װאָס בײַט זיך נישט. עס שטימט מיט דער פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם שוואַרצן סופּרעמאַטיסט לויִס פֿאַראַכאַן, אָדער להבֿדיל, דער פּאָעזיע פֿון אורי־צבֿי גרינבערג (אָן די לירישע חידושים). 

מיט אײן װאָרט: אַזאַ ראַסיסטיש ליד איז אַ פֿאַרדראָס צו זען אין אַ ייִדישער צײַטשריפֿט, און מע טאָר דאָס נישט פֿאַרשװײַגן.

פּאָליטישע לידער זײַנען אין גאַנצן באַרעכטיקט, נאָר לידער װאָס שילדערן אײן פֿאָלק װי „ליכטיק“ און אַ צװײטס װי „דאָס פֿאָלק פֿון נאַכט“ דערמאָנען שטאַרק אין די אומבאַרעכטיקטע ראַסע־טעאָריעס װאָס בושעװען װידער אױף דער אינערנעץ און אין דער פּאָליטישער אַרענע, מיטן טעם פֿון פֿריִערדיקע נאַציאָנאַלע אידעאָלאָגיעס. היט זיך, אַז דאָס אײגענע פֿאָלק זאָל נישט װערן דאָס „פֿאָלק פֿון נאַכט.“

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.