קאָנצערט געווידמעט שלום־עליכם און מאַרק וואַרשאַווסקי אין ניו־יאָרקConcert and literary evening in honor of Sholem Aleichem and Mark Warshawsky
שיין בייקער און ניקאָל באָרגער וועלן דורכפֿירן אַ פּראָגראַם וואָס באַטאָנט די באַציִונג צווישן די צוויי גרויסע פּערזענלעכקייטן.
אין סאַן־פּאַולאָ, בראַזיל, האָט דער אַקטיאָר שיין בייקער, מיט דער זינגערין ניקאָל באָרגער, אין דעצעמבער דורכגעפֿירט אַ ליטעראַרישן אָוונט, וואָס באַטאָנט די באַציִונג צווישן דעם מחבר פֿון אַ צאָל באַרימטע ייִדישע לידער ווי „אויפֿן פּריפּעטשיק‟ און „דעם מילנערס טרערן‟, מאַרק וואַרשאַווסקי, און שלום־עליכם, וואָס האָט געהאָלפֿן פּאָפּולאַריזירן וואַרשאַווסקיס לידער.
דאָנערשטיק, דעם 16טן יאַנואַר, וועלן בייקער און באָרגער אויפֿטרעטן מיט דער פּראָגראַם אין מאַנהעטן. די אונטערנעמונג, אָרגאַניזירט דורך דער אָרגאַניזאַציע „תּיקון־בראַזיל‟ און דעם „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟, וועט פֿאָרקומען 8 אַ זייגער אויפֿן „אָפּער וועסט־סײַד‟. בילעטן (20$) קען מען באַשטעלן דאָ..
מאַרק וואַרשאַווסקי, וואָס איז געווען אַ קיִעווער אַדוואָקאַט, האָט אין די 1880ער יאָרן געזונגען זײַנע לידער אויף אַ סעריע אומפֿאָרמעלע קאָנצערטן אין קיִעוו. כאָטש ער האָט לכתּחילה ווייניק געהאַלטן פֿון די לידער, זענען אַ פּאָר פֿון זיי געוואָרן פּאָפּולער איבער גאַנץ מיזרח־אייראָפּע ווי „פֿאָלקסלידער‟. ווען שלום־עליכם האָט זיך דערוווּסט, אַז דער מחבר פֿון די אַזוי גערופֿענע „פֿאָלקסלידער‟ געפֿינט זיך, ווי ער אַליין, אין קיִעוו, האָט ער אים געבעטן זינגען פֿאַר זײַנע חבֿרים. נאָך וואַרשאַווסקיס אויפֿטריט האָט שלום־עליכם אים אַרומגעכאַפּט און געקושט.
וואַרשאַווסקי האָט זײַנע אייגענע לידער קיין מאָל ניט פֿאַרשריבן, האָט שלום־עליכם אים איבערגעצײַגט צו לאָזן אים אַרויסגעבן די טעקסטן פֿון די לידער מיט די נאָטן ווי אַ ביכל. די זאַמלונג, „ייִדישע פֿאָלקסלידער‟, איז פּובליקירט געוואָרן אין קיִעוו אין 1900. צווישן 1900 און 1907 האָבן זיי עטלעכע מאָל גאַסטראָלירט אין איינעם איבער אייראָפּע; שלום־עליכם — פֿאָרלייענענדיק זײַנע מעשׂיות און מאָנאָלאָגן, און מאַרק וואַרשאַווסקי — זינגענדיק זײַנע לידער. די צוויי האָבן פּלאַנירט צו מאַכן אַ טור איבער אַמעריקע אין 1908, נאָר וואַרשאַווסקי איז פּלוצלינג געשטאָרבן אין נאָוועמבער 1907.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor