טעאָדאָר ביקעל און פֿײַוויש פֿינקעל שפּילן אויס אַ דיאַלאָג פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟WATCH: Theodore Bikel and Fyvush Finkel perform a dialogue from Fiddler on the Roof
כאָטש דער מיוזיקל אויף ייִדיש האָט זיך שוין געענדיקט, קען מען דורך דער אינטערנעץ נאָך געניסן דערפֿון.

Image by Folksbiene
די וואָך האָט זיך נאָך אַנדערהאַלבן יאָר פֿאַרענדיקט דער פֿאָלקסבינעס פּאָפּולערע אויפֿפֿירונג פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ אין שרגא פֿרידמאַנס ייִדישער איבערזעצונג. מע קען אָבער ווײַטער געניסן פֿון געוויסע סצענעס פֿונעם מיוזיקל אויף ייִדיש.
אין 2013 האָט די פֿאָלקסבינע געמאַכט אַ ריזיקן חנוכּה־קאָנצערט אין „סימפֿאָני־ספּייס‟ לכּבֿוד טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ל. ביקעל איז עטלעכע מאָל אויפֿגעטראָטן מיט געזאַנג און רעציטאַציעס במשך פֿונעם אָוונט. אין איין רירנדיקן מאָמענט האָט ער, צוזאַמען מיט זײַן לאַנגיאָריקן חבֿר און קאָלעגע פֿײַוויש פֿינקעל ז׳׳ל, אויסגעשפּילט אַ דיאַלאָג פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ אויף מאַמע־לשון. נאָך דעם וואָס פֿינקעל איז אַוועק אין 2016, האָט די פֿאָלקסבינע אַרויפֿגעשטעלט אַ פֿילם דערפֿון אויף „יוטוב‟.
ביידע אַקטיאָרן האָבן אַ מאָל געשפּילט די ראָלעס פֿון „טבֿיה דער מילכיקער‟ און „מרדכי דער קרעטשמער‟. פֿײַוויש איז געווען אין דער סאַמע ערשטער פּראָדוקציע פֿון „פֿידלער‟ אויף בראָדוויי און ביקעל האָט געשפּילט טבֿיה, לויט זײַן רעכענונג, „מער ווי 2,000 מאָל.‟ אַפֿילו אין 2010 איז ער אויפֿגעטראָטן אויף בראָדוויי ווי טבֿיה ווען חיים טופּול האָט זיך צעקלאַפּט בײַם אַקסל. (ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז ביקעל איז געווען עלטער פֿון טופּולן מיט 11 יאָר, און שוין געווען 85 יאָר אַלט). פֿינקעל און ביקעל האָבן אָבער זעלטן ווען געהאַט אַ געלעגנהייט צו שפּילן די ראָלעס צוזאַמען אויף מאַמע־לשון.
ניט געקוקט אויף סטיווען סקײַבעלס אויסגעצייכנטן אויפֿטריט ווי „טבֿיה‟ אויף מאַמע־לשון, איז טאַקע אַ שאָד, וואָס מע האָט ניט געשטעלט קיין ייִדישן „פֿידלער‟ אין אַמעריקע מיט דרײַסיק צי פֿערציק יאָר צוריק, ווען עס זענען נאָך געווען אַקטיוו און אין זייערע פֿולן קינסטלערישן בלי, אַזעלכע ריזן פֿונעם ייִדישן טעאַטער בכלל, און פֿון „פֿידלער‟ בפֿרט, ווי טעאָדאָר ביקעל און פֿײַוויש פֿינקעל.