פֿילם וועגן ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן וועט מען ווײַזן אין דרײַ לענדערFilm about Beyle Schaechter-Gottesman to be screened in three countries
דער פֿילם וועבט צונויף אינטערוויוען מיט דער פּאָעטעסע און מיט די מענטשן וואָס האָבן זי גוט געקענט, ווי אויך אירע קונסטבילדער.
במשך פֿון די קומעדיקע וואָכן וועט מען ווײַזן דעם דאָקומענטאַר־פֿילם, „ביילע: די קינסטלערין און איר ירושה‟ אין עטלעכע שטעט אין אַמעריקע און קאַנאַדע.
דעם דאָקומענטאַר, וואָס שילדערט דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון דער פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן און איר ווירקונג אויף די קומענדיקע דורות ייִדישע קינסטלער, זינגער, און פּאָעטן, האָט געשאַפֿן קריסטי וויטני, די דירעקטאָרין פֿונעם פּראָיעקט פֿון געשיכטע־בעל־פּה בײַם ייִדישן ביכער־צענטער, און ליז וואַלבער, אַ מיטאַרבעטערין אויפֿן פּראָיעקט. דער פֿילם איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן אויפֿן סמך פֿון אינטערוויוען מיט ביילע, איר זון איציק גאָטעסמאַן, איר אייניקל אסתּר גאָטעסמאַן און עטלעכע קינסטלער, זינגער און פּאָעטן, אויף וועמען זי האָט געהאַט אַ טיפֿע השפּעה. ער וועבט צונויף די אינטערוויוען מיט רעקאָרדירונגען פֿון ביילעס געזאַנג און די בילדער, וואָס זי האָט געמאָלט.
דעם פֿילם וועט מען ווײַזן אין די ווײַטערדיקע ערטער. טאָמער וויל מען אַליין העלפֿן אָרגאַניזירן אַ פֿילם־ווײַזונג, שרײַבט צו [email protected].
מינכן, דײַטשלאַנד: דינסטיק, דעם 28סטן יאַנואַר, 7 אַ זייגער אין אָוונט, בײַם ייִדישן קולטור־צענטער. נאָך אינפֿאָרמאַציע, שרײַבט: [email protected].
נאָרטהאַמפּטאָן, מאַסאַטשוסעטס: דאָנערשטיק, דעם 13טן פֿעברואַר, 7 אַ זייגער אין אָוונט, בײַם „פּאָעזיע־צענטער‟ פֿון סמיט־קאָלעדזש.
בראָנקס, ניו־יאָרק: זונטיק, דעם 16טן פֿעברואַר, 1:30 נאָך מיטאָג, בײַם „שלום־עליכם־צענטער‟.
מאָנטרעאָל, קאַנאַדע: דאָנערשטיק, דעם 30סטן אַפּריל, 7:30 אין אָוונט, בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק‟. זכריה שולמאַן (דירעקטאָר פֿון „קלעזקאַנאַדע‟) וועט דעמאָלט אָנפֿירן מיט אַ דיסקוסיע וועגן דעם פֿילם מיט קריסטאַ וויטני און אסתּר גאָטעסמאַן.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO