מיר זענען מיט דיר, נעמיWe’re with you, Naomi
אָפֿן־האַרציקע געפֿילן פֿון דער מחברטע, בעת איר וויזיט צו דער אָנפֿירערין פֿון איר ייִדיש־ווינקל, אַ געוועזענע טענצערין, אין מושבֿ־זקנים.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דאָס ליד איז אָנגעשריבן געוואָרן לכּבֿוד נעמי ליף האַלפּערין, אַ באַקאַנטע ייִדישע טענצערין וואָס האָט ביז לעצטנס געפֿירט אַ ייִדיש־ווינקל אין וווּדסטאָק, נ״י. אַ ווידעאָ וווּ זי דערציילט וועגן דער טיפֿער השפּעה וואָס דער זומער־לאַגער קעמפּ קינדערוועלט האָט געהאַט אויף איר קענט איר זען דאָ
אַ מאָל ווען איך שטעל זיך אָפּ בײַם פֿאָרסיגנאַל
און וואַרט אַז דאָס ליכט זאָל זיך בײַטן
פֿון רויט אויף גרין
גלוסט זיך מיר
אויפֿצומאַכן אַ ביסל דאָס פֿענצטער
און לאָזן די מוזיק פֿונעם אויטאָ וואָס שטייט לעבן מיר
אַרײַנשוועבן צו מיר און מיך אָנפֿילן מיט אַן אַנדערער וועלט
און הערן ווי די מוזיק גיסט זיך אַרײַן
אין מײַנע אויערן
און אין מײַנע פֿאַנטאַזיעס
ווײַט אַוועק פֿון דאַנען
יעדער ישׂראלי ווייסט
אַז ווען די נאָז דערנענטערט זיך צו אַ ווײַסער יאַזמין־בלום
שמעקט מען אַ שטיקל גן־עדן

נעמי מיט אַ בלימל פֿונעם צבר (סאַברע)־געוויקס וואָס די מחברטע האָט געריסן פֿון נעמיס גאָרטן אין וווּדסטאָק. דאָס געוויקס איז נעמין זייער טײַער ווײַל זי איז דאָך אַליין אַ סאַברע, אַ געבוירענע אין ירושלים Image by Rachel Shcherb-Weitz
ווי אַנדערש ס׳איז
ווען מע גייט אַרײַן אין אַ פּלאַץ
וווּ עס קלאַפּט באַלד אין דער נאָז אַרײַן
אַ ריח פֿון ווינדלעך פֿאַר דערוואַקסענע
וווּ אַ סך פֿון די אײַנוווינער
ווייסן שוין נעבעך בכלל נישט אַז זיי לעבן נאָך
און נאָר דער גוף רירט זיך
און פֿונקציאָנירט וויפֿל ער קען נאָר.
דאָרטן, אוי דאָרטן
געפֿינט זיך איצט אונדזער נעמי
אונדזער לערערין פֿונעם ייִדיש־ווינקל אין דער וווּדסטאָקער שיל
אפֿשר וואָלט שוין בעסער געווען ווען מע וואָלט זי געלאָזט בלײַבן אין דער היים
אין בעט, מיט איר קעצעלע לעבן איר.
אַ שווערער גורל ווען מע פֿאַרשטייט נאָך גוט וואָס ס׳טוט זיך מיט דיר אָבער דו האָסט נישט קיין ברירה.
אַלע טײַערע חבֿרים קומען צו גאַסט נאָר ווען זיי קענען
און יעדע צווייטע וואָך לאָזט דער מושבֿ־זקנים אונדז פֿירן דאָרט דעם ייִדיש־ווינקל.
נעמי קומט אַריין אין זאַל, אַ פֿאַרשלאָפֿענע,
אָבער מיר, די עקשנים, מיר לאָזן זי נישט אָפּ
און באַלד ווערט אַן איבערקערעניש
און זי וועקט זיך אויף און לעבט אויף
און פֿירט אונדזער ייִדיש־ווינקל ווי אַמאָל
מיט איר שאַרפֿן הומאָר און אירע חכמות
וואָס מע קען זאָגן נאָר אויף ייִדיש.
אַפֿילו הײַנט ווען זי זיצט אין אַ רעדלשטול
און זינגט ייִדישע לידער
דאַכט זיך מיר אַז זי טאַנצט שוין ווידער די תּנ״כישע טענץ פֿון אַמאָל
צום ריטעם פֿון אַ טאַמבורין בײַ איר אין דער האַנט
שווער זי איצט צו זען אַזוי
אָבער מיר טוען וואָס מיר קענען צו מונטערן איר שטימונג
ווען מיר האָבן לעצטנס געפּראַוועט איר 105טן געבוירן־טאָג,
מיטן וווּדסטאַקער ראַבינער ר׳ יונתן
וואָס האָט געזונגען ייִדישע לידער מיט דער גיטאַרע
און אויף געדעקטע טישן זענען געשטאַנען פֿאַרשידענע פֿינגער־עסנס מיט טאָרטן
און עס האָט געשמעקט מיטן פּאַרפֿום פֿון די בוקעטן
וואָס יעדער האָט מיטגעברענגט
ווײַל נעמי פֿלעגט תּמיד בעטן מע זאָל איר ברענגען בלומען אַנשטאָט מתּנות
האָט נעמי געשמייכלט
און אירע אויגן האָבן געגלאַנצט
ווי אַ כּלה אויף איר חתונה־טאָג
געלאַכט און געזונגען ווי אַ שטיפֿעריש קינד.
אין יענעם מאָמענט האָט זיך געפֿילט אַז אויך אין מושבֿ־זקנים
שמעקט מען דעם זיסן ריח פֿון גן־עדן.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
