סיום־הספֿר אין מאַנהעטן לכּבֿוד בוך עסייען פֿון חוה ראָזענפֿאַרבBook discussion on Chava Rosenfarb’s essay collection
גאָלדע מאָרגאַנטאַלער, וואָס האָט רעדאַקטירט די זאַמלונג „ווידוי פֿון אַ ייִדיש־שרײַבערין‟, וועט רעדן וועגן איר מאַמעס לעבן און שאַפֿן.

Graphic by Angelie Zaslavsky
אין צוזאַמענהאַנג מיט דער פּובליקאַציע פֿון דער זאַמלונג עסייען פֿון חוה ראָזענפֿאַרב, „ווידוי פֿון אַ ייִדיש־שרײַבערין און אַנדערע עסייען‟, וועט מען דינסטיק, דעם 18טן פֿעברואַר מאַכן אַ סיום־הספֿר לכּבֿוד דעם בוך בײַם „ייִוואָ‟ אין ניו־יאָרק.
ד׳׳ר גאָלדע מאָרגאַנטאַלער, וואָס האָט רעדאַקטירט די זאַמלונג, וועט רעדן אויפֿן אָוונט, וואָס הייבט זיך אָן 6 אַ זייגער.
די גרויסע ייִדישע שרײַבערין חוה ראָזענפֿאַרב איז צום מערסטנס באַקאַנט דעם ענגלישן לייענער אַ דאַנק אירע ראָמאַנען און קורצע דערציילונגען. ביז לעצטנס, ווען עס איז אַרויס די נײַע זאַמלונג פֿון ראָזענפֿאַרבס עסייען אויף ענגליש, האָט דער ברייטער עולם ניט געהאַט קיין צוטריט צו אירע רײַזע־נאָטיצן, ליטעראַרישע עסייען און זכרונות. ס׳איז טאַקע אַ שאָד, ווײַל ראָזענפֿאַרב איז געווען צווישן די בעסטע שרײַבער פֿון עסייען אויף ייִדיש אין די לעצטע יאָרצענדליקער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, אויב ניט גאָר דער סאַמע בעסטער.
אַ גרויסן אויפֿטו איז עס דערפֿאַר וואָס ראָזענפֿאַרבס טאָכטער, ד׳׳ר גאָלדע מאָרגענטאַלער, האָט במשך פֿון לאַנגע יאָרן מיטגעאַרבעט מיט ראָזענפֿאַרב בײַם איבערזעצן די עסייען און שפּעטער האָט זי זיי צונויפֿגעשטעלט, רעדאַקטירט און אַרויסגעגעבן ווי אַ בוך. „װידוי פֿון אַ ייִדיש־שרײַבערין און אַנדערע עסייען‟, וואָס מע האָט שוין באַלוינט מיטן „קאַנאַדער ייִדישער ליטעראַרישער אויסצייכענונג‟, באַקומט גוטע רעצענזיעס אין דער אַלגעמיינער פּרעסע.
דער אַרײַנטריט איז בחינם אָבער דער ייִוואָ בעט, אַז מע זאָל זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
