אוידיאָ: ראַדיאָ־שמועס אויף ייִדיש וועגן די לעצטע נײַעס פֿון ישׂראלAUDIO: Yiddish talk radio on the latest news from Israel
די וועכנטלעכע דיסקוסיעס ווערן געפֿירט פֿונעם ייִדישן שרײַבער מיכאל פֿעלזענבאַום און זײַן מיטשמועסער, אַבֿרהמי זאַקס.
ווער וועט געווינען די ישׂראלדיקע וואַלן? וואָס פֿאַר אַ ראָלע וועלן שפּילן די אַראַבישע פּאַרטייען? צי וועט מען פּרעמיער בנימין נתניהו אײַנזעצן אין תּפֿיסה? אַז מע וויל וויסן וואָס עס טוט זיך הײַנט אין ישׂראל, איז כּדאַי צו הערן די וועכנטלעכע ייִדישע ראַדיאָ־אוידיציע פֿון „כּאן‟, די ישׂראלדיקע מלוכישע ראַדיאָ־אַגענטור. יעדע וואָך שמועסט דער ייִדישער שרײַבער מיכאל פֿעלזענבאַום מיט זײַן מיטשמועסער, אַבֿרהמי זאַקס, אויף אַ געשמאַקן ייִדיש וועגן די לעצטע פּאָליטישע געשעענישן אין לאַנד.
פֿאַר די וועמען עס פֿאַראינטערעסירט גיכער די ייִדישע קולטור אין ישׂראל, רעדט מען אויך יעדע וואָך וועגן דער סדרה פֿון דער וואָך און ווי זי ווערט אָפּגעשפּיגלט אין דער ייִדישער ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר. מע שפּילט אויך ייִדישע לידער און מע לייענט פֿאָר מעשׂיות און דערציילונגען. דער קולטורעלער טייל פֿון דער פּראָגראַם ווערט אונטערגעשטיצט פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
די ראַדיאָ־אוידיציעס קען מען הערן יעדע וואָך אויף דער וועבזײַט פֿון „כּאן‟. די הײַנטיקע אוידיציע קען מען הערן אויבן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO