Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿרומע און פֿרײַע השׂגות פֿונעם ׳שטעטל׳ זענען גאָר אַנדערשHaredi concept of the shtetl differs from non-Haredi view

די חסידישע שילדערונגען פֿונעם שטעטל באַטאָנען זײַן זיכערקייט, קדושה און רײנקײט אין פֿאַרגלײַך מיט די סכּנות פֿון דער מאָדערנער געזעלשאַפֿט.

History, Memory and Jewish Identity
Edited by Ira Robinson, Naftuli S. Cohn, and Lorenzo Ditommaso

Academic Studies Press

יעדער אײנער געדענקט דעם עבֿר אױף אַן אײגענעם שטײגער. דערבײַ קאָן דער אינהאַלט זײַן בײגעװדיק, אָפּהענגיק פֿון פּאָליטישע, אידעיִשע און קולטורעלע באַדערפֿענישן. צו מאָל קאָן מען דעם זעלביקן עבֿר אױסטײַטשן אױף ביז גאָר פֿאַרשידענע אופֿנים. אַ גוטע דוגמה איז דער אימאַזש פֿון דער מיזרח־אײראָפּעיִשער „אַלטער הײם‟ בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן.

װי עס דערקלערט די היסטאָריקערין בעט װענגער אין איר קאַפּיטל אינעם זאַמלבוך „געשיכטע, זכּרון און די ייִדישע אידענטיטעט‟ (רעדאַקטאָר: אײַראַ ראָבינסאָן), האָט אײראָפּע „געדינט װי אַ נעגאַטיװער מוסטער, װי דער היפּוך, װאָס האָט באַשטימט דעם פּאָזיטיװן פּאָטענציאַל פֿאַרן ייִדישן לעבן אין אַמעריקע‟. דערפֿאַר, דערקלערט זי, האָבן די נײַ־געקומענע ייִדישע אימיגראַנטן אין די יאָרן פֿון די גרױסע אימיגראַצע־כװאַליעס קײן אַמעריקע סוף–19טן-אָנהײב 20טן יאָרהונדערט געמאָלט מיזרח־אײראָפּע מיט שװאַרצער פֿאַרב, װי דאָס לאַנד פֿון רציחות און רדיפֿות.

דער ערשטער דור ייִדישע אימיגראַנטן האָבן דערצױגן זײערע קינדער אינעם גײַסט פֿון ליבע און דרך־ארץ פֿאַר אַמעריקע. װענגער ציטירט אַ קינדער־פּיעסע, „בײַ דעם טױער‟ פֿון עלמאַ ערליך לעװינגער, װאָס איז אַרױס אױף ענגליש אין 1923: „אַמעריקע איז אַ הײליק לאַנד װוּ מען קען אָטעמען די לופֿט פֿון פֿרײַהײט.‟ עס איז מערקװירדיק, אַז די פּאָזיטיװע באַציִונג צו אַמעריקע האָט ניט געשטערט די אַמעריקאַנער ציוניסטן צו שטיצן דעם ייִדישן ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל.

דער יסוד פֿונעם קאָלעקטיװן זכּרון פֿאַר די אַמעריקאַנער ציוניסטן איז געװען די געשיכטע פֿון יציאת־אײראָפּע, װאָס מען האָט דערצײלט לױטן תּנ”כישן מוסטער פֿון יציאת־מצרים. אין די מעשׂיות פֿאַר קינדער און אין רבנישע דרשות פֿון אָנהײב 20טן יאָרהונדערט האָט מען צו מאָל צונױפֿגעמישט צװײ היסטאָרישע געשעענישן — דעם גירוש־שפּאַניע אין 1492 און די עמיגראַציע פֿון מיזרח־אײראָפּע. דערבײַ האָט מען באַטאָנט, אַז גירוש־שפּאַניע איז פֿאָרגעקומען אין דעם אײגענעם יאָר װי קאָלומבוס האָט „אַנטדעקט‟ אַמעריקע. אין דעם דאָזיקן צוזאַמענפֿאַל האָט מען דערקענט אַ סימן, אַז דער אײבערשטער האָט ספּעציעל אױסגעקליבן אַמעריקע פֿאַר זײַן פֿאָלק. אַנדערש האָבן אָבער געטראַכט די קאָמוניסטן. בײַ זײ איז דאָס הײליקע לאַנד געװען דער סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, בעת אַמעריקע איז געװען אַ מין קאַפּיטאַליסטישער „מצרים‟.

Jewish Memory 2

נאָכן חורבן, װען די אַלטע הײם אין מיזרח־אײראָפּע איז שוין מער נישט געװען, האָט מען גענומען אידעאַליזירן דאָס שטעטל און דעם שטעטלדיקן לעבנס־שטײגער. פֿרומע ייִדן האָבן געפֿילט, אַז ייִדן האָבן באַצאָלט אַ הױכן גײַסטיקן מקח פֿאַרן מאַטעריעלן דערפֿאָלג אין אַמעריקע. זײ האָבן אָנגעװױרן דאָס פּינטעלע ייִד, װאָס איז געװען דער יסוד פֿונעם ייִדישן קיום אין דער אַלטער הײם.

די נאָסטאַלגיע נאָך דער אַלטער הײם איז געװען ספּעציעל שטאַרק בײַ די חסידים און אַנדערע חרדים. סטיװען לאַפּידוס שרײַבט אין זײַן קאַפּיטל: „חרדישע שילדערונגען פֿונעם שטעטל באַטאָנען די זיכערקײט, די קדושה און די רײנקײט פֿון דער אַלטער הײם אין פֿאַרגלײַך מיט די סכּנות פֿון דער מאָדערנער געזעלשאַפֿט.‟ דערבײַ זײַנען זײ געװױר, אַז די דאָזיקע געשטאַלט שטימט ניט מיט דער היסטאָרישער װירקלעכקײט. זײערע היסטאָריקער טענהן אָבער, אַז גוטע פּאָזיטיװע זכרונות זײַנען װיכטיקער ווי די פֿאַקטן. ר’ חיים סאָלאָװײטשיק דערקלערט דעם אײגנאַרטיקן סטיל פֿון חרדישע היסטאָרישע שילדערונגען: „זײערע װערק טראָגן די בגדים פֿון געשיכטע, מיט היסטאָרישע נעמען, דאַטעס און פֿוסנאָטעס, אָבער זײער ציל איז צו שאַפֿן אַ זכּרון, דאָס הײסט אונטערצושטיצן זײערע קהילה און צו העלפֿן זײ בלײַבן לעבעדיק אין דער מאָדערנער װעלט.‟

דער סאַמע ראַדיקאַלער אופֿן פֿון אױפֿלעבן די פֿאַרגאַנגענהייט איז געווען דורכן אױפֿבױען נײַע שטעטלעך אין אַמעריקע, װי למשל שיכון סקװירא (ניו־סקװער) אינעם שטאַט ניו־יאָרק. דאָס דאָזיקע שטעטל איז געשאַפֿן געװאָרן דורך די חסידים פֿון ר’ יעקבֿ יוסף טװערסקין װי אַ גײַסטיקער מקום־מלקט, װאָס זאָל זײ אָפּהיטן פֿון דער יצר־הרע פֿון דער הײַנטיקער װעלט. די תּקנות פֿון דעם שטעטל זײַנען זײער שטרענג, בפֿרט װאָס שײך דער פֿרױ. זײ טאָרן ניט גײן אויף די זעלביקע טראָטואַרן װי מאַנצבילן, ניט רעדן הױך אין דרױסן, ניט זיצן אױפֿן פֿעדערשטן פּלאַץ אין אַן אױטאָ. אינעם שטעטל קרית טאָהש אין קװיבעק, קאַנאַדע, טאָרן פֿרױען לגמרי ניט פֿירן קײן אױטאָס, און אַלע מאַנצבילן זײַנען מחויבֿ צו דאַװענען שחרית, מנחה און מעריבֿ אין שיל.

לאַפּידוס באַטאָנט, אַז אַזאַ מין האַרבע אַלײן־איזאָלירונג פֿון פֿרומע ייִדן פֿון דער אַרומיקער װעלט איז װײַט געװען טיפּיש פֿאַר מיזרח־אײראָפּע. די פֿאַרמאַכטע חרדישע שטעטלעך אין אַמעריקע האָבן ניט קײן היסטאָרישן שײַכות מיט די שטעטלעך אין מיזרח־אײראָפּע, װאָס זײַנען געװען אָפֿן פֿאַר דער װעלט. דאָס שטעטל אין מיזרח־אײראָפּע האָט געצױגן זײַן חיונה פֿונעם מאַרק, װוּ ייִדן האָבן געהאַנדלט מיט פּױערים פֿון די אַרומיקע דערפֿער. היסטאָריש איז דאָס שטעטל געװען אַ פּריװאַטער ייִשובֿ, װאָס האָט באַלאַנגט צו אַ קריסטלעכן פּױלישן פּריץ. ייִדן האָבן באַצאָלט דעם פּריץ פֿאַרשידענע שטײַערן. די פּריצים האָבן אָפֿט מאָל דערמוטיקט חסידישע רביים זיך צו באַזעצן אין זײערע שטעטלעך, װײַל חסידים האָבן געבראַכט רװח.

די צפֿון־אַמעריקאַנער חרדים באַשטײען אױף דעם, װאָס זײ װילן לעבן מחוץ דער אַרומיקער געזעלשאַפֿט, אָבער זײ זײַנען גאַנץ געשיקט אין אױסנוצן די דעמאָקראַטישע פּאָליטישע סיסטעם צוליב זײערע אײגענע באַדערפֿענישן. זײ שאַפֿן רעליגיעזע קהילות, װאָסערע װערטן זײַנען אין סתּירה מיט די װערטן פֿון דער מערבֿדיקער דעמאָקראַטישער געזעלשאַפֿט. לאַפּידוס פֿאַרסך־הכּלט: „די מעגלעכקײט צו שאַפֿן איזאָלירטע ייִשובֿים עקזיסטירט נאָר אין אַזעלכע פּאָליטישע אומשטאַנדן, װאָס האָבן גאָר ניט קיין שײַכות מיטן עכטן היסטאָרישן שטעטל.‟

אַזױ אַרום קאָן מען ניט רעדן װעגן אַן אײנהײטלעכן ייִדישן קאָלעקטיװן זכּרון. יעדע עדה און קהילה שאַפֿט אַן אײגענעם נוסח פֿונעם עבֿר, װאָס פּאַסט פֿאַר אירע הײַנטיקע װערטן און באַדערפֿענישן.

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.