„אָבער מאַמי, אַנדערע מאַמעס לאָזן יאָ‟“But Mommy, all the other mothers let them”
אין דער חרדישער געגנט וווּ וווּ די מחברטע איז דערצויגן געוואָרן זענען אירע עלטערן געווען נאָך מער פֿאַנאַטיש פֿון אַלעמען.
איך בין אויפגעוואַקסן אין אַ קליין שטעטל מיט אַלע סאָרטן אידן. ליטוויש, רוסיש, ספרדיש און אַלע מיני חסידות… קליינע קאַפּלעך, גרויסע קאַפּלעך… קליינע פּאות, גרויסע פּאות, נישט קיין פּאות… איינס מער פרום, איינס ווייניגער. אָבער פאַנאַטיש זענען מיינע עלטערן געווען די מערסטע פון אַלע. אויב האָב איך געזאָגט: „מאַמי, אַנדערע מאַמעס לאָזן זייערע קינדער טון דאָס וואָס דו לאָזסט נישט‟ אָדער „מאַמי, דו ביסט די איינציגסטע מאַמע וואָס לאָזט נישט טון זאַכן וואָס אַלע אַנדערע מאַמעס לאָזן.‟ צו דעם פלעגט מיין מאַמע אייביג ענטפערן מיט אַ פעסטן קול: „קינד מיינס, אונז זענען אַנדערש פון יעדן איינעם. איך בין נישט אַנדערע מאמעס. אַברהם אבינו און משה רבינו זענען אויך געווען אַליינס קעגן די גאַנצע וועלט. אַ טויטע קאַטשקע פאָרט מיט מיטן שטראָם פונעם וואַסער, אָבער אַ לעבעדיגע קאַטשקע גייט אַלץ קעגן שטראָם.‟
איי איי איי, מאַמי מאַמי. אַ גאַנצע יוגנט האָב איך געטראַכט איך וויל נישט זיין אַנדערש! עס שפּירט כאילו דאָס וואָרט „אַנדערש‟ איז אַן אַנדערע וואָרט פאַר טויט. אפילו צווישן מיינע אייגענע אידישע שכנים אָדער קינדער אין שולע האָב איך געשפּירט אַזוי אַנדערש. שטענדיג פלעגט די מאַמע ווייזן מיט אַ פינגער אויף יענעם און אויסדריקן דערבײַ אַן איבל אויפן געזיכט: „אַך, קוק אָן יענע! וויאַזוי שעמט זי זיך נישט צו גיין אַזוי אין גאַס?‟ אָדער „וויאַזוי גייט יענער איד מיט אַזאַ קליינעם קאַפּל?‟
שטענדיג האָט זי געקוקט וואָס איז נישט גוט ביי אַ צווייטן, און וויאַזוי אונזער משפּחה איז בעסערע אידן פון יעדן. אפילו די נישט־אידישע פרוי וואָס פלעגט רוימען ביי אונז האָט זי אויפגענומען בעסער ווי אַנדערע אידן. „זי איז דאָך נישט קיין אידישע, איז זי נישט מחיוב מקיים צו זיין תורה און מצוות, דערפֿאַר קען מען האָבן דרך ארץ פאַר איר און מען דאַרף נישט אַראָפּקוקן אויף איר.‟
הייסט עס אַז יעדער דאַרף קומען געבן דין וחשבון פאַר מרת שרייבענבערג, כאילו דו ביסט דער באַשעפער אַליינס.
מיט ציונים איז גאָר אַן אַנדערע מעשה. זיי זענען בכלל אויסוואָרפן און בפירוש’ע אפּיקורסים גמורים, פלעג די מאַמע זאָגן. מען טאָר אפילו נישט קוקן זייער וועג.
אָבער וואָס איז די מערסטע אינטערעסאַנט פאַר מיר איז אַז יעדעס מאָל וואָס מען האָט געהערט וועגן א טראַגעדיע וואָס איז געשען צווישן אידן, פלעגט נישט מיין מאַמע פרעגן וואָס פאַר אַ מין איד איז יענער געווען. איז ער געווען אַ ציוני? איז זי געגאַנגען אָנגעטון צניעותדיג אין גאַס? ווי גרויס איז געווען זיין קאַפּל? ווי לאַנג זענען געווען זיינע פּיות?
פאַרקערט, זי פלעג מתפּלל זיין און זאָגן אַז מען דאַרף תשובה טון, אויב מע וויל אַז משיח זאָל שוין קומען. הייסט עס, נאָר ווען איינער איז טויט אָדער קראַנק ווערט ער ביי איר אַריינגערעכנט אַלס אַ חלק פון איר כלל ישראל. פּלוצלינג איז נישט קיין חילוק אויב יענער איז פרום אָדער נישט.
ביסט גערעכט, מאַמי, מע דאַרף טאַקע תשובה טאָן. און אפשר קען דיין תשובה זיין אויפצוהערן קוקן וויאַזוי אידן זענען ווייניגער איד ווי דו.
אויף שמחות
פרוי שרייבענבערג
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO