צוואַנציק פּראָצענט דײַטשן האַלטן אַז מע רעדט צו פֿיל וועגן חורבן20% Germans think Holocaust gets too much attention
דרײַ־פֿערטל דײַטשן האַלטן אָבער אַז יעדער תּלמיד זאָל באַזוכן אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער.

Image by Getty Images
לויט די רעזולטאַטן פֿון צוויי נײַע אַנקעטעס, האַלטן אַרום 20 פּראָצענט דײַטשן, און מער ווי אַ העלפֿט פֿון די אָנהענגער פֿון די רעכטע פּאַרטייען, אַז מע רעדט דאָרט צו פֿיל וועגן דעם חורבן.
מע האָט געמאַכט די אַנקעטעס ערבֿ דעם אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־טאָג. יוסף שוסטער, דער פּרעזידענט פֿונעם „הויפּטראָט פֿון די ייִדן אין דײַטשלאַנד‟ האָט געזאָגט, אַז נאָך דער מלחמה איז דאָס באַטראַכטן און אַרומרעדן די דײַטשישע פֿאַרברעכנס בשעתן חורבן געווען אַ פּריאָריטעט אין מערבֿ־דײַטשלאַנד אָבער הײַנט איז דער דאָזיקער קאָנסענסוס שטאַרק אָפּגעשוואַכט געוואָרן.
45% דײַטשן האָבן געזאָגט, אַז מע זאָל יאָ אָפּמערקן דעם חורבן אויף עפֿנטלעכע צערעמאָניעס און לערנען אין אַלע שולן וועגן יענעם פֿינצטערן קאַפּיטל פֿון דער געשיכטע. 24% האַלטן אַז די טעמע דאַרף מען נאָך מער אַרומרעדן אָבער 22% האַלטן פֿאַרקערט, מע רעדט שוין צו פֿיל וועגן דעם.
בײַ די אָנהענגער פֿון דער עקסטרעם־רעכטער אַנטי־אימיגראַנטישער פּאַרטיי „אַלטערנאַטיוו פֿאַר דײַטשלאַנד‟ איז דער פּראָצענט נאָך העכער: 56% פֿון זיי האַלטן אַז מע רעדט צו פֿיל וועגן דעם חורבן אין דײַטשלאַנד. אַ צווייטע אַנקעטע פֿון יענע אָנהענגער פֿון דער עקסטרעמיסטישער פּאַרטיי האָט אָנגעוויזן, אַז 72% פֿון זיי האַלטן, אַז מע האָט שוין גענוג דערמאָנט דעם חורבן און מע זאָל ווייניקער „אָבסעסירן‟ וועגן די נאַצי־פֿאַרברעכנס. בלויז 13% שטיצער פֿון דער פּראָגרעסיווער „גרינער פּאַרטיי‟ האַלטן אַזוי.
אין אַלגעמיין האָבן 55% דײַטשן געזאָגט אַז די שריט וואָס דײַטשלאַנד פֿירט הײַנט דורך אָפּצומערקן און לערנען וועגן דעם חורבן זענען פּונקט די געהעריקע מאָס, בעת 17% זאָגן אַז מע וואָלט געדאַרפֿט טאָן נאָך מער. 75% האַלטן אַז מע דאַרף פֿאָדערן פֿון אַלע שולן אין לאַנד צו באַזוכן אַ דענקמאָל פֿאַרבונדן מיט אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
