Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דוד בערגעלסאָנס קאָכן און אַנדערע זכרונותSoviet writer Dovid Bergelson’s cooking and other recollections

די זכרונות פֿון אַ פּוילישן ייִד, ערשט פּובליקירט אויף ייִדיש און רוסיש, שפּיגלען אָפּ די איבערקערענישן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד במשך פֿון 20סטן י״ה.

אין מאָסקװע איז לעצטנס אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַ בוך זכרונות פֿון אַ פּוילישן ייִד װאָס האָט איבערגעלעבט דעם שװערן צװאַנציקסטן יאָרהונדערט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. דער באַנד, וואָס נעמט אַרײַן סײַ דעם אָריגינאַל אויף ייִדיש סײַ זײַן רוסישע איבערזעצונג, גייט אַרויס כּמעט דרײַסיק יאָר נאָך זײַן טױט.

בנימין בראַנד (1918 – 1991) איז געבױרן געװאָרן בײַ אַן אָרעמער משפּחה אין דער פּױלישער שטאָט פּלאָצק און פֿאַרבראַכט זײַנע קינדעריאָרן אינעם לאָדזשער פֿאָרשטאָט באַלוט. צו צען יאָר איז די משפּחה אַריבער קײן כאַרקאָװ אין אוקראַיִנע. דאָרט האָט ער פֿאַרענדיקט אַ סאָװעטישע ייִדישע מיטלשול און זיך אױסגעלערנט אױף אַ ייִדישן זשורנאַליסט. דערנאָך האָט ער זיך געלאָזט קײן ביראָבידזשאַן און געאַרבעט בײַ דער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟.

װען די סאָװעטישע געהײם־פּאָליצײ האָט בעת די סטאַליניסטישע רדיפֿות אין 1937 אַרעסטירט זײַן פֿאָטער, האָט ער פֿאַרלױרן זײַן שטעלע און זיך אומגעקערט קײן אוקראַיִנע, און אין 1939 האָט ער אָנגעהױבן שטודירן מעדיצין. ער האָט פֿאַרבראַכט די מלחמה־יאָרן אין צענטראַל־אַזיע און סוף־כּל־סוף געװאָרן אַ מיליטערישער דאָקטאָר אין דער סאָװעטישער אַרמײ.

אין זײַן יוגגט האָט בראַנד פֿאַרעפֿנטלעכט אַ היפּשע צאָל אַרטיקלען װעגן ביראָבידזשאַן און שפּעטער האָט ער אױך געדרוקט אַ פּאָר זאַכן אין „סאָװעטיש הײמלאַנד‟ אָבער זײַן הױפּטװערק, „פֿון פֿאַרגאַנגענעם‟, איז אַרױס ערשט אין 2019. אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿון זײַן טאָכטער װערט דער ייִדישער אָריגינאַל באַגלײט מיט אַ רוסישער איבערזעצונג. דאָס בוך איז אינטערעסאַנט אי צוליב דעם רײַכן פֿאַקטישן מאַטעריאַל, אי צוליב דעם מחברס אײגנאַרטיקן ייִדישן סטיל, אי צוליב זײַנע שאַרפֿזיניקע אָבסערװאַציעס.

דער ערשטער טײל פֿונעם בוך איז געװידמעט דער פּרטימדיקער שילדערונג פֿון באַלוט, דער אָרעמער געגנט, װוּ עס האָבן לרובֿ געװױנט ייִדישע אַרבעטער אױף לאָדזשער טעקסטיל־פֿאַבריקן. בנימינס פֿאָטער װאָלף איז געװען אַ װעבער מיט שטאַרקע קאָמוניסטישע סימפּאַטיעס, און איז געװען פֿאַרליבט אין דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.

„אין 1925 יאָר, זײַנעדיק אַרבעטלאָז און ניט קענענדיק איבערטראָגן דעם פֿאַרביסענעם אַנטיסעמיטיזם, לױפֿט מײַן פֿאָטער מיט נאָך עטלעכע זײַנע חבֿרים פֿון פּױלן קײן סאָװעטן־רוסלאַנד‟. אין כאַרקאָװ האָט דער טאַטע באַקומען אַן אַרבעט אױף דער טעקסטיל־פֿאַרבריק „רױטער פֿאָדעם‟, און מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָט ער צו זיך אַראָפּגעבראַכט זײַן פֿרױ מיט קינדער פֿון פּױלן. דער יונגער בנימין איז געװאָרן אַ תּלמיד אין דער כאַרקאָװער ייִדישער שול נומער 45. אין לאָדזש האָט ער זיך געלערנט אין אַ װעלטלעכער ייִדישער שול, אָבער דאָ איז דװקא די שפּראַך געװאָרן אַ פּראָבלעם: „ניט געקוקט דערױף, װאָס די לערער האָבן מיט אונדז געדערט נאָר אויף ייִדיש, האָבן אַלע תּלמידים צװישן זיך גערעדט בלױז רוסיש און איך האָב קײן װאָרט ניט פֿאַרשטאַנען.‟ זײַן רוסיש איז פֿאַרבליבן גאַנץ שװאַך ביז סוף-1930ער יאָרן, װען ער האָט גענומען שטודירן מעדיצין. בנימין איז ניט געװען צװישן די בעסטע סטודענטן, אָבער שפּעטער האָבן די חבֿרים פֿון אָט דער ייִדישער שול געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אין זײַן לעבן און אַ פּאָר מאָל האָבן זיי אים שטאַרק געהאָלפֿן אין שװערע סיטואַציעס.

די מאַמע האָט געשטאַמט פֿון אַ פֿרומער משפּחה, אָבער איז יונגערהײט אַװעק פֿון דער הײם צו אַרבעטן. זי האָט זיך אַלײן אױסגעלערנט לײענען און שרײַבן, און איבערגעלײענט אױף ייִדיש כּמעט די גאַנצע װעלט־ליטעראַטור. „אין דער פּערזאָן פֿון מײַן מאַמען זײַנען געװען װוּנדערלעך פֿאַראײניקט שׂכל און שײנהײט פֿון אַ פּשוטער ייִדענע און אַן עכטן פֿאָלקס־מענטש. שױן אין מײַן צײַט האָבן מיט איר ליב געהאַט לאַנג שמועסן באַװוּסטע ייִדישע שרײַבער אין כאַרקאָװ.‟

פֿון דער מאַמען האָט דער יונגער בנימין זיך אויסגעלערנט אַ סך ייִדישע לידער און פֿאָלק־מעשׂיות, און שפּעטער האָט ער רעקאָרדירט אירע דערצײלונגען מיט אַ מאַגנעטאָפֿאָן. דערצו האָט ער נאָך געדענקט אײניקע לידער, װאָס ער האָט קינדװײַז געהערט אױף די גאַסן פֿון באַלוט.

ביז גאָר אינטערעסאַנט זײַנען די שילדערונגען פֿון דער ליטעראַרישער סבֿיבֿה אין ביראָבידזשאַן, װוּ בראַנד האָט געמאַכט אַ קורצע זשורנאַליסטישע קאַריערע אין 1936 – 1937. צװישן די סאָװעטישע ליטעראַרישע גדולים, װאָס האָבן דעמאָלט באַזוכט ביראָבידזשאַן, איז געװען אױך דוד בערגעלסאָן. בערגעלסאָן האָט אַפֿילו געלאָזט װיסן, אַז ער האָט בדעה זיך צו באַזעצן אין ביראָבידזשאַן אָבער זײַן באַזוך האָט ניט געדױערט לאַנג און ער האָט זיך אומגעקערט קײן מאָסקװע. די ביראָבידזשאַנער ליטעראַטן האָבן פֿאַרבראַכט עטלעכע אָװנטן מיטן חשובֿן גאַסט און זײַנען געװען פֿאַרכאַפּט פֿון זײַנע דערצײלונגען װעגן ייִדישע שרײַבער. „מיר זײַנען מיט אים אָפּגעזעסן אין גאַנצן אױסגעשלאָסן פֿון דער צײַט ביז דער האַלבער נאַכט אַרײַן.‟

בראַנד האָט געהאַט אַ זכיה צו באַזוכן בערגעלסאָנען אין זײַן האָטעל־צימער, װען יענער האָט גאַקאָכט אַ מאכל: „בערגעלסאָן האָט זיך געפּאָרעט מיט אַ לעפֿל איבערן אַליומין־טעפּל אױף דעם עלעקטרישן אײװעלע און בעת מעשׂה מיך אָפּגעפֿרעגט, פֿון װאַנען איך שטאַם, צי איך שרײַב עפּעס, צי איך האָב שױן געדרוקט ערגעץ? […] ביז הײַנטיקן טאָג געדענק איך נאָך דעם טעם פֿון בערגעלסאָנס װעטשערע. דאָס איז געװען אַ געקעכטס פֿון גרינע אַרבעסלעך. אין די שפּעטערדיקע יאָרן האָב איך אױך געפּרוּװט צוגרײטן אַזאַ מאכל, נאָר איך בין זיך מודה, אַז דאָס איז װײַט ניט געװען פֿון יענעם, װאָס מיר האָבן געגעסן בײַם גרױסן שרײַבער.‟

װאָלף בראַנד איז אַרעסטירט געװאָרן אין 1937 בלױז פֿאַר דעם „פֿאַרברעכן‟, װאָס ער איז געקומען קײן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד פֿון פּױלן. מיט דעם האָט זיך געענדיקט בנימינס ליטעראַרישע קאַריערע. נאָך אַ פּאָר יאָר מאַטערניש איבער אוקראַיִנער ייִדישע ייִשובֿים האָט ער אָנגעהױבן שטודירן מעדיצין, אָבער די מלחמה האָט איבערגעריסן זײַנע שטודיעס. מען האָט אים ניט גענומען אין דער רױטער אַרמײ צוליב זײַן אָפּשטאַם: „לױט מײַן פּאַס בין איך געבױרן אין פּױלן — נאָר פּױלן עקזיסטירט שױן מער ניט!‟ האָט דער אָפֿיציר אױף אַ הױכן קול מיר געגעבן צו פֿאַרשטײן. „װוּ געפֿינט זיך די שטאָט פּלאָצק? אין דער דײַטשישער טײַל אָדער סאָװעטישער טײל פֿון פּױלן?‟ „איצט אין דער דײַטשישער,‟ האָב איך געענטפֿערט. אַזױ אַרום איז דער פּױלישער ייִד בנימין בראַנד געװאָרן אַ „דײַטש‟, און דערפֿאַר ניט טױגלעך פֿאַר דער רױטער אַרמײ װי אַ פּאָטענציעלער שׂונא. אַנשטאָט דעם פֿראָנט איז ער אַװעק קײן מיטל־אַזיע, װוּ מען האָט אים רעקרוטירט גראָבן ערד אין דער „אַרבעט־אַרמײ‟, אָבער על־פּי־נס האָט ער זיך אומגעקערט צו זײַנע מעדיצינישע שטודיעס און שפּעטער געװאָרן אַ מיליטערישער דאָקטאָר־אָפֿיציר.

בראַנדס בוך „פֿון פֿאַרגאַנגענעם‟ איז אַ מערקװירדיקער דאָקומענט פֿון אַ תּקופֿה, װען אַ מענטש, און בפֿרט אַ ייִד, װאָס איז געבױרן געװאָרן אין מיזרח־אײראָפּע, איז געװען אױסגעשטעלט אױף אַ לעבן פֿול מיט שװערע נסיונות. בראַנד האָט אָפּגעהיט זײַן מענטשלעכע װירדע און זײַן ייִדישן שטאָלץ, װאָס ער האָט באַקומען בירושה פֿון זײַן משפּחה. לױט זײַנע זכרונות קאָן מען לערנען די דראַמאַטישע געשיכטע פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט אין פּױלן און סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.