ווידעאָ: ביז וויפֿל אַ זייגער זאָגט מען „גוט־מאָרגן‟?WATCH: How late can you say “good morning”?
דער לינגוויסט לייזער בורקאָ רעדט מיט אַ ריי געבוירענע ייִדיש־רעדער וועגן די נואַנסן פֿון די טאָגטעגלעכע באַגריסונגען.

Image by Forverts
„גוט מאָרגן‟ — „גוט יאָר‟.
אין די לערנביכער פֿון ייִדיש ווערן אַזעלכע טאָגטעגלעכע באַגריסונגען פֿאָרגעשטעלט אויף אַ פּשוטן אופֿן אָבער אין דער אַלטער היים זענען געווען אַ סך נואַנסן. אינעם צווייטן קאַפּיטל „לאָמיר רעדן ייִדיש‟, רעדט דער לינגוויסט לייזער בורקאָ מיט אַ פֿאַרשידנאַרטיקע גרופּע ייִדן וועגן ווי אַזוי, און ביז וויפֿל אַ זייגער, זיי זאָגן „גוט־מאָרגן‟ צי „אַ גוטע נאַכט‟.
קודם, ביז וויפֿל אַ זייגער קען מען נאָך זאָגן „גוט־מאָרגן‟? בײַ ס׳רובֿ ייִדן — בלויז ביז אַרום 11 אָדער 12 אַ זייגער אָבער בײַ די ליטוואַקעס — איז אַנדערש. און ווען קען מען שוין אָנהייבן זאָגן „שלום־עליכם‟? ס׳איז אַפֿילו דאָ אַ הלכה וועגן דעם ענין.