צוויי אַרטיקלען וועגן ייִדישן „הערי פּאָטער‟ פּובליקירט אויף העברעיִשTwo Israeli newspapers report on Yiddish translation of Harry Potter
איינער פֿון די אַרטיקלען דרוקט אַפֿילו איבער אַ זײַט פֿונעם ייִדישן טעקסט.

Graphic by Angelie Zaslavsky
זונטיק זענען אויף די וועבזײַטן פֿון צוויי ישׂראלדיקע צײַטונגען פּובליקירט געוואָרן באַריכטן, אויף העברעיִש, וועגן דער נײַער ייִדישער איבערזעצונג פֿון „הערי פּאָטער און דער פֿילאָסאָפֿישער שטיין‟.
די נײַעס וועגן דעם בוך, וואָס איז איבערגעזעצט געוואָרן פֿון אַרעלע שעכטער־ווישוואַנאַט און אַרויסגעגעבן געוואָרן דורכן שוועדישן פֿאַרלאַג „אָלניאַנסקי טעקסט‟, האָט אַרויסגערופֿן אַזאַ גרויסן אינטערעס זינט מע האָט פּובליקירט די ידיעה דעם 6טן פֿעברואַר, אַז במשך פֿון די ערשטע צוויי טעג זענען אַלע 1,000 עקזעמפּלאַרן אויספֿאַרקויפֿט געוואָרן. דער פֿאַרלאַג האָט שוין אָנגעהויבן אַרבעטן אויף אַ צווייטער אויפֿלאַגע.
די צוויי ישׂראלדיקע אַרטיקלען וועגן „הערי פּאָטער‟ אויף ייִדיש זענען אייגנאַרטיק צוליב דעם וואָס, הגם מע זעט אַ מאָל אַרטיקלען אין דער ישׂראלדיקער פּרעסע וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור זענען זיי געוויינטלעך פֿאַרבונדן מיט ישׂראלדיקע אינסטיטוציעס און יחידים ווי, למשל, אַ פּראָפֿיל פֿון מענדי קאַהאַנס אָרגאַניזאַציע „יונג ייִדיש‟ אָדער וועגן דעם וואַקסנדיקן אינטערעס צו ייִדיש בײַ לינק־געשטימטע יונגע ישׂראלים. אין דעם פֿאַל רעדט זיך אָבער וועגן אַ בוך איבערגעזעצט פֿון אַ ניו־יאָרקער אײַנוווינער און אַרויסגעגעבן דורך אַ שוועדישן פֿאַרלאַג.
בײַ איינעם פֿון די ישׂראלדיקע באַריכטן, אַרויסגעגעבן דורך דער צײַטונג „ישׂראל היום‟, האָט דער מחבר אַפֿילו איבערגעדרוקט דעם ייִדישן טעקסט פֿון דער ערשטער זײַט פֿון בוך — אַ פּנים, כּדי צו גיבן די ישׂראלדיקע לייענער אַ געלעגנהייט צו זען ווי אַזוי דער פּאָפּולערער ראָמאַן זעט אויס אויף ייִדיש.
דער צווייטער באַריכט איז אַרויפֿגעשטעלט געוואָרן פֿון דער פֿרומער צײַטשריפֿט, „בחדרי חרדים‟ — אויך אַ טשיקאַווע זאַך, בפֿרט אַז די מחברטע פֿון „הערי פּאָטער‟, דזש. ק. ראָולינג, איז נישט קיין ייִדישע, און קיינער פֿון די העלדן איז נישט קיין ייִד.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
