Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי דער זיידע האָט נאָכן נאַצי־גיהנום אָנגעהויבן פֿון ס׳נײַHow his grandfather rebuilt his life after the Holocaust

דוד סלוצקיס בוך שילדערט דאָס לעבן פֿון אַ ייִד, וואָס האָט דערצויגן אַ צווייטע משפּחה, לעבנדיק תּמיד מיט די זכרונות פֿון דער ערשטער.

דוד סלוצקי, אַ געבוירענער און דערצויגענער אין מעלבורן, האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן אַ בוך, „זינג דאָס אויף מײַן לװיה: זכרונות פֿון פֿאָטערס און זין‟, וואָס דערציילט די געשיכטע פֿון זײַן זיידן, אַ ייִד וואָס האָט פֿאַרלוירן זײַן פֿרוי און קינדער אינעם נאַצי־גיהנום און — ווי אַ סך לעבן געבליבענע — ווידער חתונה געהאַט און דערצויגן אַ צװײטע משפּחה.

דערלױבט מיר אָנצופֿאַנגען מיט אַ וויכטיקער באַמערקונג: דוד סלוצקי איז מײַן קוזין, און די צװײ הױפּטגעשטאַלטן אינעם בוך זענען מיר אויך נאָענטע קרובֿים. דודס זײדע, יעקבֿ (יאַקוב) סלוצקי, איז געווען מײַן פֿעטער, און זײַן טאַטע, טשאַרלס (סלאָגאָ) סלוצקי, איז געװען מײַן עלטסטער קוזין און לאַנגע יאָרן — ממש אַ מוסטער פֿאַר מיר.

װי נאָר דוד האָט מיר געוויזן דאָס בוך, האָב איך עס תּיכּף גענומען לייענען. כ׳האָב שטאַרק געוואָלט וויסן וואָס ער שרײַבט דאָרט: װער איך דערמאָנט? שטייט דאָרט עפּעס װעגן מײַנע עלטערן? שפּיגלט עס געטרײַ אָפּ אונדזער משפּחה? האָט דער מחבר איבערגעגעבן מײַנע איבערלעבונגען פּונקט װי איך האָב זײ אים דערצײלט? און װי אַזױ האָט ער די געשעענישן פֿאַרװאַנדלט אין ליטעראַטור?

Slucki Family

יעקבֿ סלוצקי (לינקס) און זײַן פֿרוי, אידאַ, פּראַווען זייער 25סטן חתונה־יובֿל. הינטער זיי: זייערע קינדער, שטאַרלס (סלאָגאָ) און מרים

יאָ, איך ווייס, ס׳איז אַ ביסל עגאָיִסטיש און אייבערפֿלעכלעך צו שטעלן אַזעלכע פֿראַגן, אָבער אין דער אמתן איז דער סוביעקטיװער און פּערזענלעך־עמאָציאָנעלער צוגאַנג דער פּאַסיקסטער אופֿן צו לײענען דאָס בוך. דער מחבר שילדערט די איבערלעבונגען פֿון אַ משפּחה וואָס איז געווען ענלעך צו די איבערלעבונגען פֿון טױזנטער אַנדערע ייִדישע משפּחות, װעלכע האָבן אַדורכגעמאַכט די שטורמישע טראַגישע געשעענישן פֿון 20סטן יאָרהונדערט.

נאָכן איבערלייענען דאָס בוך האָב איך באַשלאָסן אָנצושרײַבן דעם אַרטיקל ווײַל איך האַלט אַז „זינג דאָס‟ איז טאַקע אַ וויכטיק ווערק צוליב דרײַ סיבות.

ערשטנס איז עס אַ געראָטענער בײַשפּיל פֿון דער בעל־פּה־געשיכטע. ס’האָט אפֿשר נישט קײן הערות און ס’ציטירט נישט קיין סך היסטאָרישע מקורים אָבער עס פֿאַררופֿט זיך אױף אַלטע בריװ צווישן צוויי ברידער; אינטערװיוען מיט משפּחה־מיטגלידער און פֿרײַנד, פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון מצבֿות און אַ צאָל אַלטע דאָקומענטן.

דאָס איז נישט קײן צופֿאַל. דוד סלוצקי איז אַן אױסגעשולטער היסטאָריקער, װעלכער האָט סײַ געשריבן סײַ מיטגעאַרבעט אויף אַ צאָל ביכער און אַרטיקלען, כּמעט אַלע װעגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון 20סטן יאָרהונדערט, און בפֿרט וועגן דעם „ייִדישן אַרבעטער בונד‟ און דעם חורבן. ער איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע שטודיעס בײַם קאָלעדזש אין טשאַרלעסטאָן, דרום־קאַראָלײַנע און איז אױך געװען אַ לעקטאָר אױפֿן מאָנאַש אוניװערזיטעט אין אױסטראַליע.

אונדז זענען גוט באַקאַנט די נאַצישע מאָרדמאַשין, די הױפּט־אָנהעצער, די אַדמיניסטראַטאָרן און אױספֿירער, די סיסטעם פֿון קאָנצענטראַציע־ און צװאַנגס־אַרבעט־לאַגערן און די פֿאַרניכטונגס־לאַגערן. ס’איז געװיס דאָ אַ היפּשע דאָקומענטאַציע װעגן דעם לעבן (און טױט) אין די געטאָס און לאַגערן און די מאַטערנישן פֿון דער שארית־הפּליטה און אימיגראַנטן.

במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע בערך צװאָנציק יאָר איז אויך אַ סך געפֿאָרשט געוואָרן װעגן די ייִדן וואָס האָבן זיך אויסבאַהאַלטן פֿון די נאַציס, װעגן משפּחה־צעשײדונגען, וועגן דעם פּסיכאָלאָגישן און עמאָציאָנעלן שאָדן, וואָס עס מאַכן אַדורך די קינדער און אייניקלעך פֿון די לעבן געבליבענע.

פֿון דעסט וועגן װערט אין דער ליטעראַטור װײניק אָפּגעשפּיגלט דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון די מענער און פֿרױען, װעלכע זענען פּלוצלינג פֿאַראַלמנט געוואָרן, געבליבן אָן קינדער, און װעלכע האָבן שפּעטער געפֿונען אַ נײַעם זיװג, װידער געבוירן קינדער און האָבן די איבעריקע יאָרן זיך אױסגעלעבט מיטן פֿאַרלוסט פֿון זייערע ערשטע משפּחות.

מײַן פֿעטער יעקבֿ איז געװען אײנער פֿון זײ. אָבער װי אַזױ זאָל מען שרײַבן װעגן דעם? אַמגרינגסטן איז צו שרײַבן װעגן דעם דורך דער אייגענער משפּחה־געשיכטע. דאָס האָט טאַקע דוד סלוצקי געטאָן.

איך האָב געקענט מײַן פֿעטערס פּערזענלעכע געשיכטע, דעם פֿאַרלוסט פֿון זײַן יונגער פֿרױ גיטל און זײַנע צװײ זין, שמואליק און חיימיק, אָבער דאָך נישט געקענט דאָס פֿאַרבינדן מיט דער אַל־ייִדישער טראַגעדיע. לײענענדיק דאָס בוך, זע איך מײַן פֿעטער יעקבֿ װי דער אײביקער ייִד, ווי דער רעפּרעזענטאַנט פֿון זײַן פֿאָלק, װעלכער טרױערט אָבער טוט אַלץ, אױף װאָס ער איז בכּוח, ממשיך צו זײַן און אַזוי אַרום דערקלערן צו די שׂונאים: „איך בין נאָך דאָ‟. דאָס האָט אים אָבער ממש אױסגעשעפּט. „זינג דאָס‟ באַשרײַבט דעם װאַנדערװעג פֿון דער שארית־הפּליטה און דאָס לעבן פֿון פּשוטע ייִדן נאָך דער מלחמה.

סלוצקיס בוך איז געשריבן מיט ליטעראַרישער געניטקײט און שאַרפֿקײט, די פּערסאָנאַזשן לעבן אױף, און צי מע װײסט דעם סוף, צי נישט, בלעטערט מען די זײַטלעך מיט גרויס חשק.

אַ פּערזענלעכע באַמערקונג: דער מחבר איז געבוירן געוואָרן נאָך דעם ווי דער זיידע איז שוין נישט געווען און איז דערפֿאַר קײנמאָל נישט געװען אין זײַן קלײנער אַרבעטער־הײַזקע אין נאָרד קאַרלטאָן. איך בין דאָרט אָבער יאָ געװען אַן אָפֿטער אַרײַנגײער און איך מוז זאָגן אַז סלוצקין איז געלונגען דאָס אַלץ אױפֿצולעבן — איך האָב דערפֿילט ווי איך בין ווידער דאָרט, עסנדיק און שמועסנדיק מיט מײַן פֿעטער אין דעם קלײנעם עסצימער מיט די צײַטונגען אױפֿן טיש, מיט דער טעלעװיזיע און מיטן הערינג. דער מחבר האָט דאָס באַשריבן װי ער װאָלט דאָרט טאַקע בײַגעווען.

אױב דאָס װאָלט געװען דער גאַנצער אינהאַלט פֿון בוך װאָלט דאָס געװען גענוג. אָבער עס איז דאָ נאָך אײן פּרט — און דער מאָטיװ ווערט אַדורכגעפֿלאָכטן דורך דעם גאַנצן בוך: די פֿליכטן און התחײַבותן פֿון אַ לעבן געבליבענעם —אױסגעמישט מיט פֿאַראַנטפֿאָרטלעכקײט און שווערן לאַסט. און מער פֿון אַלץ… דאָס שולדגעפֿיל: יאַקובס שולד פֿאַר האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, בשעת זײַן פֿאַמיליע איז אומגעקומען, פֿאַרבונדן מיט דעם יאָך, װאָס ער האָט אויף זיך גענומען אױפֿצוטאָן עפּעס װיכטיקס מיט זײַן לעבן, ווי אויך דוד סלוצקיס אײגן שולדגעפֿיל, אױפֿװאַקסנדיק ווי אַ פּריװיליגירט קינד אין אַ קלײנבירגערלעכער פֿאָרשטאָט פֿון מעלבורן, אָן די ליידן װאָס דער זײדע האָט געהאַט.

אַלץ פֿירט צו אײן צװעק: באַהאַנדלען יאַקובס טרױער, טשאַרלז’ס לאַסט און דודס געפֿיל פֿון אַחריות. דאָס לעצטע איז פֿאַרבונדן מיט דודס אייגענער פּראָבלעמאַטיק װעגן פֿאָטערשאַפֿט, װי אַזױ צו דערציִען זײַן אייגענעם זון, װי אַזױ אים איבערצוגעבן אַ שטאַרקע ייִדישע אידענטיטעט, זײַן לעבנס־געשיכטע, זײַן משפּחהס כּוח החײם, און דעם צײַטגײַסט — אױסמײַדנדיק דערבײַ די נעגאַטיװע עמאָציעס.

בײַ מיר איז דאָס דער עיקר פֿון בוך — ציִען די גאָלדענע קײט, אַז טאַטעס און מאַמעס זאָלן איבערגעבן זייערע קינדער אַלץ דאָס, װאָס מיר באַטראַכטן פֿאַר ייִדיש, באַזונדערס אין דער תּקופֿה נאָכן חורבן. כאָטש דאָס בוך איז בײַם מחבר אפֿשר אַ פּרוּוו דורכצומאַכן אַ שטיקל אױטאָ־טעראַפּיע, איז עס פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין עפּעס אַ סך וויכטיקערס.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.