אויסצוג פֿון „הערי פּאָטער‟ אויף ייִדיש פֿאָרגעלייענט אויף דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיעYiddish Harry Potter excerpt read on Israeli TV
די נײַעס־דיקטאָרן האָבן בכלל נישט פֿאַרשטאַנען ווער עס וועלן זײַן די לייענערס פֿון אַזאַ בוך.
ווי מע האָט פֿריִער געשריבן אין פֿאָרווערטס, האָט מען וועגן אַרעלע ווישוואַנאַטס ייִדישער איבערזעצונג פֿון „הערי פּאָטער‟ אַ סך געשריבן אין דער ישׂראלדיקער פּרעסע.
נעכטן אויפֿן ישׂראלדיקן טעלעוויזיע־קאַנאַל 13 האָט מען ווי אַ טייל פֿון דער נײַעס־פּראָגראַם „חדשות היום‟ אינטערוויויִרט דעם ישׂראלדיקן רעזשיסאָר, אַקטיאָר און זינגער מוטי גלעדי וועגן דעם בוך. גלעדי, וואָס רעדט ייִדיש פֿון דער היים און פֿירט אָן מיט אַ קליינקונסט־ספּעקטאַקל בײַ „ייִדישפּיל‟ אין איינעם מיט זײַן טאָכטער דורין „ייִדיש: מײַן אוצר‟ האָט פֿאָרגעלייענט די ערשטע צוויי פּאַראַגראַפֿן פֿון „הערי פּאָטער‟ אויף מאַמע־לשון. (ווי אַן אַרײַנפֿיר צו ייִדיש דערקלערט ער דעם אויסדרוק „אַז גאָט וויל, שיסט אויך אַ בעזעם.‟)
פֿון איין זײַט איז דאָך גוט צו הערן אַ ייִדיש וואָרט אויף דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע. פֿון דער צווייטער זײַט, האָבן די נײַעס־דיקטאָרן און זייערע פּראָדוצענטן אַ פּנים בכלל ניט געהאַט אויסגעפֿאָרשט דעם ענין איידער זיי האָבן אנגעהויבן פּלאַפּלען דערפֿון. זיי זאָגן אַז דאָס בוך איז אַ חרדישע איניציאַטיוו און אַז מע האָט עס איבערגעזעצט לטובֿת דעם פֿרומען עולם אין ירושלים און בני־ברק. אמת, אַרעלע ווישוואַנאַט וויל טאַקע, אַז אַלע מינים ייִדיש־לייענער זאָלן הנאה האָבן פֿון זײַן איבערזעצונג, אָבער ער האָט זיך ניט געריכט אויף קיין גרויסן אינטערעס בײַם חרדישן עולם. פֿאַרקערט, מע האָט בכלל געצווייפֿלט, וויפֿל חרדישע ייִדן וועלן קויפֿן דאָס בוך וואָס איז אָנגעפּיקעוועט מיט שפּראָכן, כּישוף־מאַכערס, פֿליִענדיקע בעזעמס און העלדן וואָס עסן אין אַ שענק מיטן נאָמען „דער חזיר־קאָפּ‟.
די עכטע געשיכטע, אַז ס׳זענען דאָ ייִדיש־רעדנדיקע יונגע־לײַט מחוץ דער חרדישער וועלט און אַז זיי שטרעבן אויפֿצוהאַלטן ייִדיש אויף כּלערליי אופֿנים, אַרײַנגערעכט דורכן איבערזעצן פּאָפּולערע קינדערביכער אויף מאַמע־לשון, איז זייער אַן אינטערעסאַנטע טעמע, וואָס מע וואָלט געדאַרפֿט געהעריק אויספֿאָרשן און אַרומרעדן אויף דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע. אַ שאָד וואָס די דיקטאָרן זענען געווען צו פֿויל זיך צו דערוויסן מער וועגן דער טעמע וואָס זיי האָבן דיסקוטירט.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO