Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ראַדיאָ־אוידיציע: „דאָס ליד פֿון אויסגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק‟Radio broadcast: “The song of the murdered Jewish people”

אַ זעלטענע רעקאָרדירונג פֿון יצחק קאַצענעלסאָנס פּאָעמע, באַגלייט פֿון מוזיק.

הײַנט איז דער נאָמען יצחק קאַצענעלסאָן באַקאַנט איבער דער וועלט, אַ דאַנק זײַן האַרץ־רײַסנדיקער לאַנגער פּאָעמע, „דאָס ליד פֿונעם אויסגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק‟, וואָס ער האָט אָנגעשריבן נאָכן קעמפֿן אינעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד. פֿאַר דער מלחמה איז קאַצענעלסאָן געווען איבערהויפּט באַקאַנט ווי אַ דראַמאַטורג, טעאַטער־רעזשיסאָר און פּיאָנער פֿון דער העברעיִשער קינדער־ליטעראַטור. געוווינט האָט ער אין לאָדזש. בײַ טאָג איז ער געווען דער דירעקטאָר פֿון אַן אָנגעעזענער העברעיִשער טאָגשול; בײַ נאַכט האָט ער רעזשיסירט זײַנע פּיעסעס.

נאָך דער דײַטשישער אינוואַזיע איז ער, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי חנה און זײַנע דרײַ קינדער, אַנטלאָפֿן קיין וואַרשע, וווּ מע האָט זיי פֿאַרכאַפּט און אײַנגעזעצט אין דער אָרטיקער געטאָ. זײַן פֿרוי און צוויי פֿון זײַנע זין זענען דעפּאָרטירט געוואָרן קיין טרעבלינקע, וווּ זיי זענען אומגעבראַכט געוואָרן.

נאָך דעם וואָס ער און זײַן זון צבֿי האָבן געקעמפֿט אינעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, איז זיי געלונגען צו אַנטלויפֿן און באַקומען געפֿעלשטע האָנדוראַסער פּאַספּאָרטן. קיין אופֿן ווי אַזוי צו פֿאַרלאָזן פּוילן, האָט ער אָבער ניט געהאַט. ער האָט זיך אונטערגעגעבן און איז אַרעסטירט געוואָרן אינעם „האָטעל פּאָלסקי‟. מע האָט אים געשיקט קיין וויטעל, פֿראַנקרײַך, אין אַ לאַגער פֿון ייִדן מיט אַמעריקאַנער, בריטישע און לאַטײַן־אַמעריקאַנער פּאַספּאָרטן, ווי אויך געפֿאַנגענע סאָלדאַטן, וואָס די דײַטשן האָבן געוואָלט אויסטוישן פֿאַר זייערע געפֿאַנגענע סאָלדאַטן און דיפּלאָמאַטן. דאָרטן האָט ער אָנגעשריבן „דאָס ליד פֿון אויסגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק‟. די נאַציס האָבן זיך, אַ פּנים, געכאַפּט, אַז קיין עכטער האָנדוראַסער בירגער איז ער ניט, האָט מען אים סוף־אויגוסט פֿאַרשיקט קיין אוישוויץ, וווּ מע האָט אים דערמאָרדעט אָנהייב מײַ 1944. זײַן פּאָעמע, וואָס באַשטייט פֿון הונדערטער זײַטן, האָט ער האָט באַגראָבן אין פֿלעשער אונטער אַ בוים אין וויטעל. אין 1946 האָט מען געבראַכט דעם כּתבֿ־יד קיין ישׂראל און אים אַרויסגעגעבן. זינט דעמאָלט האָט מען האָט עס שוין איבערגעזעצט אויף מער ווי 50 שפּראַכן.

לעצטנס האָט דער ייִוואָ פֿאַרעפֿנטלעכט עטלעכע אוידיציעס פֿונעם פּוילישן מלוכישן ראַדיאָ, וואָס מע האָט אין די 1950ער יאָרן פּראָדוצירט פֿאַר די ייִדן אין אויסלאַנד. אין דער אויסגעצייכנטער אויספֿירונג, לייענט די אַקטריסע דבֿורה זשעלאַזאָ פֿאָר דאָס ליד, באַגלייט גלײַכצײַטיק פֿון מיטגלידער פֿונעם „וואַרשעווער ייִדישן מלוכישן טעאַטער‟, וואָס זינגען דאָס ליד „שוין גענוג‟ (ווערטער: אידע גראָזשאַנאָווסקי — 1924־1945).

די רירנדיקע רעקאָרדירונג וואָלט מען געדאַרפֿט שפּילן אויף די הײַנטיקע חורבן־אָנדענק־פּראָגראַמען מיט אונטערקעפּלעך, כּדי דער ברייטער עולם זאָל אויך קענען געניסן דערפֿון.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.