דאָס מאַכן סטאַטיסטיק וועגן ייִדיש קען זײַן דערשלאָגנדיקMaking statistics about Yiddish can be sobering
מענטשן האָבן ליב זיך צו אידענטיפֿיצירן מיט לשונות וואָס עס גייט זיי גוט און זיך אָפּצוטרייסלען פֿון די וואָס עס גייט זיי מיט דער פּוטער אַראָפּ.
דער אַרטיקל פֿונעם באַקאַנטן סאָציאָלינגוויסט שיקל פֿישמאַן ז״ל איז לכתּחילה אַרויס אין סעפּטעמבער 2011
סטאַטיסטיק וועגן ייִדיש איז זייער אַ דעליקאַטער ענין. ערשטנס, דאַרף מען דאָך ציילן מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע מינים און לויט פֿאַרשיידענע סימנים. ייִדן האָבן ספּעציעל ניט ליב ווען מען ציילט זיי. דערפֿאַר זאָגט מען דאָך בײַ אונדז אין דער משפּחה, „ניט איינס‟, „ניט צוויי‟, אאַז״וו, אויב עמעצער פֿרעגט די פּשוטסטע נומערישע פֿראַגע; למשל, וועגן וויפֿל „זענען מיר הײַנט בײַם טיש?‟ מיר זענען טיף איבערצײַגט, אַז קיין גוטס קען דערפֿון ניט אַרויס, אַז ס׳קען נאָר, חלילה, שאַטן.
דערצו, קומט נאָך צו די חשיבֿות פֿון דעם געציילטן. „עני חשובֿ כּמת‟, זאָגן מיר און אין דער וועלט פֿון לשונות איז ייִדיש נעבעך אַן עני, אַן אָרעמאַן, און ס׳איז ניט כּדאַי זיך דערמיט צו פֿיל צו צאַצקען. אין דער מאָדערנער וועלט אָבער, וווּ רעגירונגען ציילן כּסדר אַלץ און אַלעמען, מוזן זיי, פֿון צײַט צו צײַט, אויך ציילן און „דערציילן‟ וויפֿל פֿון זייערע אײַנוווינערס ס׳רעדן אויף איין שפּראַך צי אויף אַן אַנדערער. פֿון אָט דעם „דערציילן‟ וואַקסט אַרויס אַן אַנדער צרה: די לשונות וועמען עס גייט גוט, זיי הייבט אָן צו ווערן נאָך בעסער בלויז פֿונעם דערציילן אַליין. מענטשן האָבן ליב זיך צו אידענטיפֿיצירן מיט לשונות וועמען עס גייט מיט דער פּוטער אַרויף און זיך אָפּצוטרייסלען פֿון די וועמען עס גייט מיט דער פּוטער אַראָפּ. צוליב די אַלע סיבות בין איך ניט קיין שטאַרקער מאמין אין שפּראַך־סטאַטיסטיק.
אָבער פּונקט ווי בײַם פּסחדיקן סדר איז אויך וועגן דעם ענין „שפּראַך‟ פֿאַראַן אַ וויכטיקע „פֿערטע קשיא‟ וואָס איז אייגנטלעך פּונקט די פֿראַגע אויף וועלכער די אויסגעפֿרעגטע מוזן ענטפֿערן. אויב מען בײַט אַפֿילו איין וואָרט פֿון דער פֿראַגע באַקומט מען אַן אַנדער ענטפֿער, פֿון איין לאַנד צו אַן אַנדערן און פֿון איין יאָר צו אַן אַנדערן. די צרה איז וואָס די פֿראַגע בלײַבט ניט אַלע מאָל פּונקט די זעלבע. אויב מען פֿרעגט אויף איין אָרט וועגן „מוטערשפּראַך‟, אויף אַן אַנדערס וועגן „היימשפּראַך‟ און אויף אַ דריט אָרט וועגן „שפּראַך פֿון דער קינדהייט‟ באַקומען זיך יעדעס מאָל אַנדערע ענטפֿערס אַפֿילו אינעם זעלבן טאָג און פֿון די זעלבע אינפֿאָרמאַנטן. און אויב דערצו בײַט מען נאָך דאָ און דאָרט אַ וואָרט פֿון דער פֿראַגע פֿון איין יאָר צום צווייטן, ווערן שוין די ענטפֿערס צו אַלע פֿראַגעס „ניט־פֿאַרגלײַכלעך‟ און דאָס איז שוין די „הויפּטזינד‟ בײַ שפּראַך־סטאַטיסטיקער.
פֿאַרלאָזלעכקייט און פֿאַרגלײַכלעכקייט
אויב דער זעלבער אינפֿאָרמאַנט בײַט יעדע מינוט זײַן ענטפֿער אויף דער זעלבער פֿראַגע, מיינט דאָס, אַז דער אינפֿאָרמאַנט איז ניט פֿאַרלאָזלעך. אויב אַחוץ דעם בײַט זיך אויך די פֿראַגע פֿון איין מאָל צו אַן אַנדערס זענען די ענטפֿערס וואָס מען באַקומט צו די פֿראַגעס „ניט פֿאַרגלײַכיק‟. צוליב אָט די צוויי פּגימות, ניט־פֿאַרלאָזלעכקייט און ניט־פֿאַרגלײַלעכקייט, האָבן שפּראַך־סטאַטיסטיקערס קאָפּווייטיקן, ווײַל אין גאַנצן זיך באַפֿרײַען פֿון זיי קען קיינער קיין מאָל ניט. יעדער אינפֿאָרמאַנט איז אין אַ געוויסער מאָס ניט־פֿאַרלאָזלעך (צוליב ענדערונגען וואָס שייך מידקייט, וואָס שייך פֿיזישן צושטאַנד, וואָס שייך פּסיכאָלאָגישן צושטאַנד און וואָס שייך די אַרומיקע באַדינגונגען: למשל, שטילקייט, באַלויכטנקייט און טעמפּעראַטור). פּונקט אַזוי זענען די ענטפֿערס אויף צוויי פֿאַרשיידענע פֿראַגעס ניט אין גאַנצן פֿאַרגלײַכיק; „ווי דער פֿרעג, אַזוי איז דער ענטפֿער‟. „מוטערשפּראַך‟ איז ניט דאָס זעלבע ווי „שפּראַך בעת דער יוגנט‟ אָדער אַפֿילו ווי „היימשפּראַך‟.
וואָס זשע טוען סטאַטיסטיקער וואָס דאַרפֿן פֿאָרט פֿאַרגלײַכן לענדער, פֿעלקער און קלימאַטן? זיי ווענדן אָן פֿאַרשיידענערליי „אויסבעסערונגען‟ פֿון די געפֿונענע צאָלן, כּדי צו קאָמפּענסירן פֿאַר דער פֿאַרלוירענער פֿאַרלאָזלעכקייט צי פֿאַרגלײַכלעכקייט. די מאָס פֿון די אויסבעסערונגען דאַרף זיך ווענדן אין דעם אויף ווי ווײַט די „שטערנדיקע פֿאַקטאָרן‟ שטערן טאַקע און כּדי דאָס ריכטיק אָפּצושאַצן דאַרף מען אָנקומען צו פֿאַרשיידענע פֿאָרמולעס און דערפֿאַרונגען וואָס ווענדן זיך אין אַ גרויסער מאָס אי אין דער פּערזענלעכער פֿעיִקייט, אי אין די נטיות פֿון די פֿאָרשערס אַליין. וואָס זשע מיינט דאָס אַלץ פֿאַר די וואָס ווילן זיך אָפּגעבן מיט דער סטאַטיסטיק פֿון ייִדיש? עס מיינט, אַז גאָר אַ סך ווענדט זיך אין דעם פֿון וועלכע הענט די סטאַטיסטיק שטאַמט; קודם־כּל, נאָך איידער מען נעמט זיך צו די אויסבעסערונגען און לסוף, נאָך דעם ווי מען מאַכט טאַקע די אויסבעסערונגען.
וווּ זשע האַלטן מיר איצט מיט ייִדיש?
מכּוח ייִדיש זענען מיר איצט שטאַרק אָפּהענגיק אין דער שפּראַך־סטאַטיסטיק פֿון אַמעריקע און פֿון ישׂראל. דאָרט געפֿינען זיך די גרעסטע צענטערס פֿונעם לשון, אויף אַזוי ווײַט, אַז אַלע אַנדערע זעען זיך פּראָפּאָרציאָנעל ניט אָן און מען קען זיי באַטראַכטן ווי זיי וואָלטן געווען אין דער זעלבער קאַטעגאָריע, דאָס הייסט, אין אַ דריט לאַנד וואָס הייסט פּראָסט־פּשוט „אַנדערשוווּ‟. אָט די דרײַ לענדער קען מען פֿאַרגלײַכן וואָס שייך „ייִדיש ווי די מוטערשפּראַך‟ און „ייִדיש ווי די אומגאַנגשפּראַך (רעדשפּראַך)‟:
לויט דער סטאַטיסטיק ווען מע האָט געפֿרעגט בײַ מענטשן אין יאָר 2010 צי ייִדיש איז געווען זייער מ״ש (מוטערשפּראַך), און אויך צי ייִדיש איז הײַנט זייער אומ״ש (אומגאַנגשפּראַך), האָט מען געענטפֿערט אַזוי:
פֿאַראייניקטע שטאַטן:
350,000 ־ ווי מ״ש
60,000 ־ ווי אומ״ש
מדינת־ישׂראל:
250,000 ־ ווי מ״ש
130,000 ־ ווי אומ״ש
אַנדערשוווּ:
50,000 ־ ווי מ״ש
10,000 ־ ווי אומ״ש
סך־הכּל:
650,000 ־ ווי מ״ש
200,000 ־ ווי אומ״ש
ערשט איצט דערזעען מיר מיט וואָס דער חורבן, די נאָך־מלחמהדיקע אימיגראַציעס און דאָס פֿעלן זיך פֿונעם אַלטן אימיגראַנטן־דור, וואָס ווײַטער אַלץ מער, אויך זײַנע קינדער, האָבן אונדז איבערגעלאָזט. דאָס וואָס עס באַקומט זיך, איז גיכערער אַן אונטערשאַצונג ווי אַן איבערשאַצונג. דער מצבֿ פֿונעם גערעדטן ייִדיש זעט אויס גאַנץ נעבעכדיק לגבי אַ מאָל, אַפֿילו לגבי צוואַנציק יאָר צוריק. דאָס לשון פֿאַרמאָגט פּשוט ניט קיין מעגלעכקייטן צוצוציִען נײַע רעדנערס, סײַדן עס קומט פֿאָר אַן עקספּלאָזיע פֿון געבורטיקייט בײַם לעצטן גרעסערן רעזערוווּאַר פֿון יוגנטלעכע ייִדיש־רעדנערס: די אַשכּנזישע אולטראַ־אָרטאָדאָקסיע. אָבער אַפֿילו יענער עולם שנײַדט זיך אויך, פּאַמעלעך, פּאַמעלעך, אין דער ריכטונג פֿון מאָדערניזאַציע. הלוואַי זאָל איך ליגן זאָגן. פֿונעם יריד פֿון „קולטור־מאָדערניזאַציע‟ איז נאָך קיין געזונטע קולטור ניט צוריקגעקומען און קיין געזונט לשון, אַוודאי און אַוודאי ניט.
צי איז אָט די נסיעה נייטיק?
בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג זיך באַמיט אָפּצוגעוווינען אירע אײַנוווינערס פֿון אַרומפֿאָרן מער ווי ס׳איז נייטיק, כּדי צו שפּאָרן גומע, נאַפֿט און גאַזאָלין. דעריבער האָט די רעגירונג אויפֿגעהאָנגען אין יעדן וואַגאָן פֿון דער באַן אַ שילד מיט איין מכריעדיקע פֿראַגע: „צי איז אָט די נסיעה זייער וויכטיק פֿאַר אײַך?“
אַזאַ פֿראַגע דאַרפֿן ייִדן זיך אַליין שטעלן לגבי זייער שנעלצוג־נסיעה צום „פּראָגרעס‟. צי קען גאָר געמאָלט זײַן מער פּראָגרעס ווי ס׳איז נייטיק און אַז עס וואָלט אפֿשר איצט גאָרניט געשאַט אַ ביסל השיבֿנו נאַזאַד. גיט נאָר אַ קוק צו וואָס פֿאַר אַן אַפּיקורסישע געדאַנקען אַ בלאַט שפּראַך־סטאַטיסטיק קען נאָך, חלילה, דערפֿירן: „שומר, היט דײַנע שאָף!‟
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO