סיום־הספֿר פֿאַר ענגלישער איבערזעצונג פֿון „אָדיסייע פֿון אַן עפּל־גנבֿ”Book launch for English translation of “Odyssey of an Apple Thief”
די אויטאָביאָגראַפֿיע שילדערט די ייִדישע געזעלשאַפֿט אין טעלז פֿאַרן חורבן און ווי דער מחבר האָט געקעמפֿט אין דער סאָוועטישער אַרמיי.
אין די 1990ער יאָרן האָט משה ראָזענבאַומאַס, אַ געבוירענער און דערצויגענער אין טעלז, ליטע, אָנגעשריבן זײַן ביאָגראַפֿיע אויף ייִדיש, „אָדיסייע פֿון אַן עפּל־גנבֿ‟. מיט דער הילף פֿון זײַן טאָכטער, ד׳׳ר איזאַבעל ראָזענבאַומאַס, האָט מען דאָס בוך איבערגעזעצט אויף פֿראַנצייזיש און אַרויסגעלאָזט אין 2004. אין 2019 איז דאָס בוך אַרויס אויף ענגליש אין דער איבערזעצונג פֿון יונתן לייטאָן.
מאָנטיק, דעם 2טן מאַרץ, 7 אַ זייגער אין אָוונט, וועט מען בײַם ניו־יאָרקער ייִוואָ פֿײַערן אַ סיום־הספֿר לכּבֿוד דער ענגלישער איבערזעצונג. ד׳׳ר איזאַבעל ראָזענבאַומאַס וועט אַרומרעדן דאָס בוך און איר פֿאָטערס לעבן צוזאַמען מיט ד׳׳ר ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט און ד׳׳ר שמואל קאַסאָוו, וואָס האָט אָנגעשריבן די הקדמה צו דער ענגלישער אויפֿלאַגע. ד׳׳ר ראָזענבאַומאַסעס טאָכטער — דאָס אייניקל פֿונעם מחבר, די זינגערין עלינאָר ביזונסקי, וועט אויפֿטרעטן צוזאַמען מיט יורי וועדעניאַפּין און אילון מאָס מיט אַ קראַנץ לידער אויף ייִדיש, פֿראַנצייזיש און רוסיש. נאָך אינפֿאָרמאַציע, קוועטשט דאָ.
„אָדיסייע פֿון אַן עפּל־גנבֿ‟ שילדערט די אָרעמקייט פֿון די טעלזער ייִדן און ווי ראָזענבאַומאַס איז אַנטלאָפֿן קיין ראַטן־פֿאַרבאַנד און האָט געקעמפֿט אין דער סאָוועטישער אַרמיי. נאָך דער מלחמה האָט ער זיך אומגעקערט אין דער ליטע און שפּעטער זיך באַזעצט אין פֿראַנקרײַך.
איזאַבעל ראָזענבאַומאַס פֿאָרשט שוין אויס לאַנגע יאָרן דאָס ייִדישע לעבן אין טעלז דורכן שפּאַקטיוו פֿון די קינדער־יאָרן פֿון אירע עלטערן. איר פֿאָרשפּראָיעקט, „בת כמה את‟, שילדערט דאָס לעבן פֿון די מיידלעך, אַרײַנגערעכנט איר מאַמע — ראָזע ראָזענבאַומאַס, וואָס האָבן זיך געלערנט אין דער העברעיִשער גימנאַזיע „יבֿנה‟. דורכן פּראָיעקט האָט זי סײַ געמאַכט ווידעאָס און אַרויסגעגעבן אַרטיקלען, סײַ אָנגעהויבן אַ פּראָגראַם צו לערנען די הײַנטיקע טעלזער שול־תּלמידים וועגן דער גימנאַזיע, וווּ איר מאַמע האָט זיך געלערנט.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO