שלום־עליכמס „מנחם מענדל‟ וועט אינסצענירט ווערן אין בוענאָס־אײַרעסSholem Aleichem’s “Menachem Mendl” to be staged in Yiddish in Buenos Aires
רפֿאל גאָלדוואַסער וועט באַלעבן דעם באַקאַנטן שלימזלדיקן געשעפֿטסמאַן אויף דער בינע — אָבער בלויז אויף איין נאַכט
אַחוץ ניו־יאָרק איז בוענאָס־אײַרעס אַמאָל געווען דער גרעסטער צענטער פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין די אַמעריקעס. הײַנט קומען זעלטן פֿאָר פֿאָרשטעלונגען פֿון ייִדישן טעאַטער אין דער אַרגענטינער הויפּטשטאָט; להיפּוך צו ניו־יאָרק און תּל־אָבֿיבֿ געפֿינען זיך דאָרטן ניט קיין שטענדיקע טרופּעס.
אַקטיאָרן האָט מען דאָרט אָבער יאָ וואָס שטעלן פֿון צײַט צו צײַט פֿאָר ספּעציעלע פּראָגראַמען אויף מאַמע־לשון אין איינעם מיט אויסלענדישע גאַסט־אַרטיסטן. רפֿאל גאָלדוואַסער, דער בוענאָס־אײַרעס־געבוירענער אַקטיאָר, וואָס פֿירט שוין אָן לאַנגע יאָרן מיטן שטראַסבורגער „לופֿט־טעאַטער‟ און טרעט אויך אויף מיט טרופּעס אין אַמעריקע, וועט אין זײַן היימשטאָט זונטיק, דעם 22סטן מאַרץ, אינסצענירן שלום־עליכמס ראָמאַן „מנחם מענדל‟. צוזאַמען מיט אים אין דער פֿאָרשטעלונג, וואָס ער רופֿט אָן אַ „ראַדיאָ־שפּיל וואָס מע קען זען‟, וועלן אויפֿטרעטן די אַרגענטינער אַקטריסע יהודית בוכהאַלטער, וואָס שפּילט לאַנגע יאָרן אין אַרגענטינער פֿילמען און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, און דער יונגער ייִדישיסט לוקאַס פֿישמאַן. די פֿאָרשטעלונג, רעזשיסירט דורך גאָלדוואַסער, וועט באַגלייט ווערן מיט שפּאַנישע איבערקעפּלעך.
די פּראָגראַם וועט זיך אָנהייבן 5:30 נאָך מיטאָג אין דער שיל „נווה שלום‟. צוזאַמען מיט דער פּיעסע וועט אויפֿטרעטן די פּאַריזער קלעזמער־קאַפּעליע „מישמאַש‟.
„מנחם מענדל‟ שילדערט די עקאָנאָמישע שוועריקייטן פֿון די ייִדן אין צאַרישן רוסלאַנד און די גרויסע ענדערונגען צום ייִדישן לעבן בײַם סוף פֿונעם 19סטן יאָרהונדערט, דורך אַ סעריע בריוו צווישן דעם אומבאַהאָלפֿענעם געשעפֿטסמאַן מנחם מענדל און זײַן פֿרוי שיינע שיינדל. דער ראָמאַן איז גוט צוגעפּאַסט צום טעאַטער ווײַל די בריוו קען מען גרינג פֿאַרוואַנדלען אין פּיקאַנטע מאָנאָלאָגן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO