Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי מע האָט געפּראַוועט פּורים אויף ייִדיש אין די מעקסיקאַנער שולעסHow Purim was celebrated in Yiddish in the Mexican day schools

מיט אַ װאָך פֿריִער האָט מען אין די קלאַסן געלייענט מעשׂיות, געזונגען לידער און זיך געלערנט די מנהגים פֿונעם יום־טובֿ אויף ייִדיש און עבֿרית.

אַמאָל, ניט לאַנג צוריק, האָבן די תּלמידים אין די ייִדישע טאָגשולן אין מעקסיקע זיך געלערנט סײַ עבֿרית סײַ ייִדיש.

איך אַליין בין צווישן די יאָרן 1990 און 2006 געווען אַ תּלמיד אין דער מעקסיקאַנער טאָגשול, „די ייִדישע שולע‟. זי איז געגרינדעט געװאָרן אין 1924 דורך ליטװישע, פּױלישע און אַנדערע אַשכּנזישע אימיגראַנטן, פֿאָלגנדיק דעם אײראָפּעיִשן מוסטער פֿון די „צישאָ‟־שולן. אין דער מעקסיקאַנער פֿאָלקשול האָבן קינדער זיך געלערנט ייִדיש אָנהייבנדיק פֿון קינדער־גאָרטן, און עבֿרית פֿון צװײטן קלאַס. אַלץ װאָס האָט צו טאָן מיט ייִדישקײט האָט מען געלערנט אױף ייִדיש און העברעיִש: ייִדישע געשיכטע, ליטעראַטור, תּנ״ך, טראַדיציעס, ישׂראל — אַלץ פֿון אַ װעלטלעכן קוקװינקל. דער ציל פֿון דער שולע איז געװען אונטערצושטרײַכן די קולטורעלע װערטן פֿון ייִדישקייט. די ווערק פֿון אַבֿרהם רײזען, קאַדיע מאָלאָדאָװסקי, י. ל. פּרץ, שלום־עליכם, שלום אַש און אַנדערע געפֿינען זיך אין די אַרבעטסביכער אין פֿאָלקשול און מיטלשול. אין דער הױכשול האָט מען געלײענט פֿאַרקירצטע װערסיעס פֿון „קידוש־השם‟, „טבֿיה דער מילכיקער‟ און „די משפּחה קאַרנאָװסקי‟.

די „ייִדישע שולע‟ אין מעקסיקע איז ניט געװען די איינציקע אַזאַ. אױך די „נײַע ייִדישע שולע אויפֿן נאָמען י. ל. פּרץ‟, און די „יבֿנה שולע‟ האָבן ענלעך פֿונקציאָנירט, נאָר אין דער „יבֿנה שולע‟ האָט מען אױך אונטערגעשטראָכן רעליגיע. אין אַלע אַנשטאַלטן האָט מען זיך געלערנט, געזונגען, געלײענט און געלעבט אַ טײל פֿון טאָג אױף ייִדיש און/אָדער עבֿרית. במשך פֿון צענדליקער יאָרן האָבן די אינסטיטוציעס אײַנגעפֿלאַנצט אַ ליבשאַפֿט צו די צוויי שפּראַכן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. אמת, די ייִדיש־פּראָגראַם האָט מען צו ביסלעך אָנגעהויבן צו שנײַדן אָבער אַזוי איז אויך געשען בײַ אַנדערע ייִדישע טאָגשולן איבער דער וועלט, און אין מעקסיקע איז זי פֿאָרט — כאָטש אויף אַ ווײַלע — געבליבן אַ גאַנץ שטאַרקע.

ייִדישע יום־טובֿים זענען געװען צװישן די פּאַסיקסטע מעגלעכקײטן אײַנצוהילן תּלמידים אין די ייִדישע שפּראַכן ווײַל דעמאָלט ווערט עס אַ קאָלעקטיװע און דערציִערישע איבערלעבונג. און דװקא הײַיאָר, װען איך באַשעפֿטיק זיך ווידער װי אַ לערער פֿון עבֿרית, ייִדיש און ייִדישע לימודים אין פֿאַרשײדענע קאָנטעקסטן אין לאָנדאָן, טראַכט איך אַ סך װעגן פּורים.

פּורים פֿאַלט אויס דעם 14טן טאָג פֿון חודש אדר, אָבער בײַ די תּלמידים און זייערע משפּחות אין דער ייִדישער שולע האָט פּורים זיך אָנגעהױבן מיט אַ וואָך פֿריער. מען האָט געדאַרפֿט פּלאַנירן װי זיך צו פֿאַרשטעלן און וואָס צוצוגרײטן אויף שלח־מנות. מיר האָבן אױך שטאַרק פֿאָרויסגעקוקט אױף פּורים װײַל דעמאָלט פֿלעגט מען קומען אין שולע שפּעטער, און אַהיימגײן פֿריִער ווי געוויינטלעך.

Arturo Purim

דער מחבר פֿאַרשטעלט צו פּורים Image by Arturo Kerbel-Shein

אַ װאָך פֿריִער האָט מען בעת די לעקציעס פֿון ייִדיש און עבֿרית געלייענט לידער און מעשׂיות און זיך געלערנט די מנהגים פֿון פּורים. מיט עלקע עדעלסאָן, דער לערערקע פֿון ייִדישער מוזיק, פֿלעגט מען זינגען אַ סך לידער אױף די צוויי שפּראַכן, און אַפֿילו אין לאַדינאָ; לידער ווי ”פּורים שײן, פּורים פֿײַן‟ און „טײַערע מלכּה‟ (װאָס מיר האָבן געזונגען װי „אסתּר המלכּה‟). קינדער האָבן געװוּסט װאָס זײַנען „אוזני־המן‟ און „משלוח־מנותּ‟, אָבער אין שולע, בעת אונדזערע שמועסן אױף שפּאַניש האָט מען געניצט די ייִדישע טערמינען „המן־טאַשן‟ און „שלח־מנות‟.

די מאַמע פֿלעגט צוגרײטן די שלח־מנות פֿאַר אונדז קינדער. זי האָט אין אַ טעלערל אַרײַנגעלייגט אַ פֿלעשעלע זאַפֿט, עטלעכע מעקסיקאַנער (ציפּעװדיקע) צוקערקעס, עפּעס אַ שאָקאָלאַד און נאָך אַ פּאָר זאַכן און אַלץ אײַנגעהילט מיט צעלאָפֿאַן־פּאַפּיר. אין שולע האָבן די לערערקעס און מורות אָרגאַניזירט פֿאַראַשײדענע אַקטיװיטעטן און די פֿרױען פֿונעם מוטער־פֿאַרבאַנד פֿלעגן גײן פֿון קלאַס צו קלאַס, צעטײלנדיק המן־טאַשן אַלעמען.

יעדעס יאָר האָב איך זיך פֿאַרשטעלט װי עפּעס אַנדערשס: אַ כינעזער, אַ דאָקטער, אַ פּיראַט, אַ סאָלדאַט פֿון דער „נאַציאָנאַלער באַפֿרײַונג סאַפּאַטיסטישער אַרמײ‟… עטלעכע מאָל האָט דער קלאַס זיך צונויפֿגערעדט אויף אַ טעמע, האָבן מיר אַלע זיך פֿאַרשטעלט לויט יענער טעמע. אַמאָל האָט מען אָרגאַניזירט אַ פּורים־שפּיל װעגן דער טעמע.

איך האָב געכאַפּט אַ שמועס מיט אַנדערע געוועזענע תּלמידים פֿון די מעקסיקאַנער ייִדישע טאָגשולן צו הערן וואָס זיי געדענקען וועגן פּורים. טלי מאַרגאָליס, אַ ייִדיש־אַקטיװיסטקע אין דער שטאָט מעקסיקע וואָס האָט זיך געלערנט אין דער י. ל. פּרץ שולע, האָט שטאַרק ליב געהאַט יענעם טאָג און האָט יעדעס יאָר לאַנג געקלערט ביז זי האָט באַשלאָסן ווי זיך צו פֿאַרשטעלן. זי האָט ליב געהאַט עקזאָטישע זאַכן, און אַלץ פּלאַנירט צוזאַמען מיט דער מאַמען. ווען איך האָב זי געפֿרעגט וועלכע לידער זי געדענקט האָט זי אָנגעהויבן זינגען „פּורים שײן, פּורים פֿײַן; פּורים, קינדער, איז דאָ הײַנט‟; מיט מאַסקעס, און גראַגערס, מיט לידעלעך און טענץ…‟ און זי האָט זיך צעלאַכט.

טלי דערצײלט, אַז איר שולע איז ניט געװען קיין גרויסע, האָבן אַלע תּלמידים, פֿונעם קינדער־גאָרטן ביז דער הױכשול, עס געפּראַוועט צוזאַמען. די דירעקטאָרשע פֿון דער פּרץ־שולע, װעלע זאַבודאָװסקי, האָט אײַנגעפֿירט אַ מינהג, אַז אױב אַ קינד האָט זיך גוט פֿאַרשטעלט און געזאָגט אַ גוט־מאָרגן דער דירעקטאָרשע, האָט זי זײ געגעבן מער צוקערקעס. טלי האָט דערצײלט אַז די דירעקטאָרשע האָט איר געגעבן װי אַ מתּנה אַ בילד פֿון זיי ביידן צוזאַמען.

איתמר רובינשטײן, וואָס איז געווען אַ תּלמיד אין דער יבֿנה־שולע און װױנט הײַנט אין ישׂראל, האָט דערצײלט אַז מע האָט דאָרט אויך געלייענט מעשׂיות און געזונגען לידער װעגן פּורים אױף ייִדיש און עבֿרית אָבער אױך דורכגעפֿירט רעליגיעזע טראַדיציעס. אויף אַ פּורים־קערמעשל, למשל, האָבן אַלע תּלמידים געהערט ווי דער רבֿ לייענט די מגילה. איתמר געדענקט אויך דאָס ליד „אסתּר המלכּה‟.

יפֿה שניאַדאָװער, אויך אַ גראַדואַנטקע פֿון דער „יבֿנה־שולע‟ וואָס װױנט הײַנט אין פּיטסבורג, האָט געזאָגט אַז אירע צוויי קינדער נעמען אָנטײל אין די פּורים־פֿײַערונגען אין דער אָרטיקער ייִדישער קהילה אָבער האָט צוגעגעבן אַז גאָרניט קען ממלא־מקום זײַן די איבערלעבונג פֿון אַ ייִדיש־רעדנדיקער שולע. זי האָט אויך געדענקט דאָס ליד, „פּורים שײן, פּורים פֿײַן‟.

ס׳איז אינטערעסאַנט וואָס די דרײַ שולעס אין מעקסיקע — די ייִדישע שולע, די נײַע שולע און די יבֿנה־שולע, האָבן דערצויגן קינדער מיט ענלעכע עלעמענטן און װערטן. יעדע שולע האָט געהאַט פֿאַרשײדענע אידעעס און מעטאָדן, אָבער די מאַטעריאַלן צו לערנען ייִדיש זענען געװען די זעלבע. די דרײַ גראַדואַנטן פֿון יענע שולעס האָבן באַשטעטיקט אַז ס׳איז שװער צו צעטײלן די ייִדישע און העברעיִשע שפּראַך פֿון זייער ייִדישער אידענטיטעט װי אַ קולטור און אױך װי אַ רעליגיע.

װי אַ לערער װאָס אַרבעט הײַנט אין אַן אַנדערן קאָנטינענט, אין אַן אַנדער ייִדישן ייִשובֿ, מיט אין גאַנצן אַן אַנדער געשיכטע און באַציִונג צו ייִדישקײט, איז װיכטיק זיך צו דערמאָנען װאָס איז געווען אַזוי וויכטיק אין דער שולע אין מעקסיקע. הײַנט זענען בלויז עבֿרית און ענגליש פֿאַרבליבן אין צײַטפּלאַן פֿון די ייִדישע שולן, סײַ אין לאָנדאָן סײַ אומעטום. איך און די אַנדערע געװעזענע תּלמידים פֿון די מעקסיקאַנער ייִדישע שולעס האַלטן אָבער עד־היום אַז דער בעסטער אופֿן זיך צו דערנענטערן צו די ייִדישע טראַדיציעס, געשיכטע און קולטור איז דװקא אױף ייִדיש און עבֿרית.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.