אַ שפּאַציר איבער דער אַלטער שטאָט אין רמלהA Walk Through the Old City of Ramla
דער אַלטער ראַמלער מאַרק איז אַן אמתער מוסטער פֿון אַ צוזאַמענלעבן אין שלום פֿון ייִדן, אַראַבער, אַרמענער און אַנדערע עטנישע גרופּעס.
אין רמלה, ווי אין אַנדערע שטעט איבער ישׂראל, האָט מען הײַיאָר, צוליב דעם קאָראָנאַווירוס, אַנולירט דעם פּורים־פּאַראַד. פֿון דעסט וועגן, בעת איך גיי זיך דורך די אַלטע שטאָט, אין צענטער פֿון װעלכער געפֿינט זיך דער באַרימטער ראַמלער מאַרק, זע איך די סימנים פֿון אַ יום־טובֿדיקער אַטמאָספֿער. די גאַס־לאַמטערן זײַנען באַפּוצט מיט קאָליריקע גירליאַנדן, פֿענער און פֿון צײַט צו צײַט זעט מען לױפֿן גרופּקעלעך יום־טובֿדיקע קינדערלעך און דערװאַקסענע.
די ערשטע הפֿתּעה, איבערראַשונג מײַנע, זײַנען געװען צװײ שײנע געבײַדעס — די צענטראַלע קאַראַיִמער שיל און דער װעלטצענטער פֿון דער קאַראַיִמער קהילה. כ’האָב געװוּסט, אַז אין אַ ראַמלער קװירטל וווינען קאַראַיִמער, אָבער כ’האָב נישט געװוּסט, אַז דװקא אין ראַמלה געפֿינט זיך דער אַלװעלטלעכער צענטער… און ד״ר װעלװל טשערנין האָט מיר הײַנט דערצײלט, אַז אין גיכן װעלן עולה זײַן קײן ישׂראל די לעצטע קאַראַיִמער פֿון קרים. זאָל זײַן אין אַ גוטער שעה.
גײ איך מיר װײַטער איבערן געסל פֿונעם אַלטן אַראַבישן קװירטל. פֿון בײדע זײַטן זעט מען ריזיקע שײנע הײַזער, ממש פּאַלאַצן, און מײַן נשמה פֿרײט זיך, װײַל איך וואָלט טאַקע געוואָלט אײַנלאַדן די קוויטשערס פֿון דער אַנטי־ישׂראלדיקער פּראָפּאַגאַנדע, װעלכע האָבן ליב צו שילדערן די אַראַבישע באַפֿעלקערונג אין מדינת־ישׂראל װי אַן אונטערדריקטע מינדערהײט, אַז זיי זאָלן קומען אַהער קײן ראַמלה, סתּם אַ קוק טאָן אױף אַן אַראַביש געסל מיט הױלע פּאַלאַצן, אױף אַלע ייִדישע משפּחות געזאָגט געװאָרן. און אױף דער גאַס זעט מען נישט קײן אײן לעבעדיקע נשמה, ס’הײסט, אַז אַלע זײַנען אָדער אױף דער אַרבעט אָדער אין דער שולע.
פֿונעם אַלטן געסל האָט איך זיך פֿאַרקערעװעט צום מאַרק און… דאָ פֿילט מען שױן דעם יום־טובֿ אַזױ װי אין קײן אײן אַנדערער שטאָט װעט איר ניט פֿילן. דער אַלטער ראַמלער מאַרק איז אַן אמתער מוסטער פֿון אַ צוזאַמענלעבן אין שלום און בכּבֿודיקע באַציִונגען פֿון ייִדן, אַראַבער, אַרמענער, בעדויִנער, אַשכּנזים, ספֿרדים, עטיאָפּישע ייִדן, ייִדן פֿון אינדיע און די קאַריבער אינדזלען, אַ קיצור — נעמט אַ גלאָבוס, טרעפֿט מיט אַ פֿינגער װוּ איר װילט, אומבאַדינגט װעט איר געפֿינען אױפֿן ראַמלער מאַרק אַ הענדלער פֿון יענע מקומות.
גײ איך װײַטער און קום צו אַ געסל, װוּ פּלײצע צו אַ פּלײצע, און אױך פּנים־אל־פּנים שטײען אַ מעטשעט, אַ קלױסטער, אַ צערקװע, אַ שיל, אַ מאָנאַסטיר, אַ ייִדישע יאַטקע, אַ מוסלמענישע זיסװאַרגקראָם, אַ רעסטאָראַן פֿאַר די ליבהאָבער פֿון נאַהיט און אַנדערע געשמאַקע זאַכן. און אַזױ, לאַנגזאַם, ניט געאײַלט, קום איך צום אַלטן פּלאַץ, װוּ פֿון אײן זײַט געפֿינען זיך רויִנען פֿון דער אַלטער שטאָט מיט אַ װײַסן טורעם בײַם פּאַרקן. זיך אַרױפֿצודראַפּען אױפֿן העכסטן שטאָק פֿונעם טורעם דאַרף מען האָבן גאָר אײַזערנע כּוחות, און פֿאַר די נײַגעריקע לײענער קען איך נאָר צוגעבן, אַז דער אָ טורעם איז נישט קײן װאַכטורעם, װי מע קען מײנען לױט זײַן אַרכיטעקטור, נאָר אַן עלמענטאַרער װאַסער־טורעם פֿון פֿריִען מיטלעלטער. און גלײַך אַנטקעגן איבער דעם טורעם, אױפֿן פּלאַץ, קומען פֿאָר פּורימדיקע פֿאָרשטעלונגען, פּאַראַדן פֿון די אױסגעפּוצטע און פֿאַרשטעלטע קינדער און דערװאַקסענע. לאָמיר שטענדיק זען אַזױ גליקלעך און פֿרײלעך אונדזערע קינדער און קינדסקינדער װי מיר זעען זײ בעת די יום־טובֿדיקע פּורים־טעג.
אַ גוטן יום־טובֿ אַלע װױלע מענטשן אױף דער װעלט.
A message from Forverts editor Rukhl Schaechter
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.
In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.
Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor