Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

גבֿית־עדותן װעגן חורבן אין אוקראַיִנע איז אַרױס אויף דײַטשTestimonies about the Holocaust in Ukraine now published in German

אַ צאָל זכרונות שטאַמען פֿון די שטעטלעך אין טראַנסניסטריע, װוּ מער ייִדן זײנען געבליבן לעבן אונטער די רומענער ווי אין אַנדערע טײלן פֿון אוקראַיִנע

אין די 1990ער יאָרן האָט דער קיִעװער היסטאָריקער באָריס זאַבאַרקאָ אָנגעהױבן זאַמלען און פֿאַרעפֿנטלעכן זכרונות פֿון ייִדן, װאָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן אין אוקראַינע. סך־הכּל האָט ער פּובליקירט אױף רוסיש 640 דאָקומענטן. זײַנע ביכער זײַנען אַרױס אין אוקראַיִנע, ישׂראל, ענגלאַנד, דײַטשלאַנד און אַנדערע לענדער. זאַבאַרקאָ אַלײן האָט איבערגעלעבט דעם חורבן אינעם געטאָ אין דער אוקראַיִנער שטאָט שאַריגראָד (שאַרגאָראָד), װאָס איז אין 1941 געפֿאַלן אונטער דער רומענישער אָקופּאַציע־זאָנע ראַנסניסטריע.

די דײַטשן זײַנען די ערשטע, װאָס זײַנען אַרײַן אין דער שטאָט אין יולי פֿון 1941. באָריס איז דעמאָלט געװען פֿינעף יאָר אַלט, און דער דאָזיקער מאָמענט האָט זיך טיף אײַנגעקריצט בײַ אים אין זכּרון. אין זײער שטוב האָט זיך קװאַרטירט אַ דײַטשישער אָפֿיציר. ער האָט זיך געפֿירט גאַנץ פֿרײַנדלעך און געלאָזט װיסן, אַז ער איז אַלײן געװען אַ קאָמוניסט, אָבער יעדער אײנער אין דער משפּחה האָט געװאָלט אים אױסמײַדן. דער דײַטש האָט זײ געפֿרעגט װעגן די פּאָרטרעטן פֿון באָריסעס טאַטע און פֿעטער, װאָס האָבן דעמאָלט געדינט אין דער רױטער אַרמײ. דער זײדע האָט געזאָגט, אַז זײ זײַנען געשטאָרבן נאָך פֿאַר דער מלחמה. „דאַכט זיך, אַז דער אָפֿיציר האָט אַלץ פֿאַרשטאַנען זײער גוט,‟ שרײַבט זאַבאַרקאָ. װען די דײַטשישע אַרמײ איז אַװעק װײַטער אין אוקראַיִנע און האָט איבערגעגעבן שאַריגראָד אין די הענט פֿון די רומענער, האָט דער דאָזיקער דײַטשישער אָפֿיציר איבערגעלאָזט דער ייִדישער משפּחה ברױט, פֿלײש־קאָנסערװן און געלט.

זאַבאַרקאָ דערצײלט דעם דאָזיקן עפּיזאָד אין דער הקדמה צו דער נײַער זאַמלונג, „לעבן און טױט אין דער תּקופֿה פֿונעם חורבן אין אוקראַיִנע‟, װאָס איז אַרױס אױף דײַטשיש אין 2019 אונטער דער רעדאַקציע פֿון מאַרגרעט און װערנער מיולער. דאָס בוך האָט העכער װי עלף הונדערט זײַטן און איז כּולל כּמעט צװײ הונדערט גּבֿיות־עדותן פֿון אַלע רעגיאָנען פֿון אוקראַיִנע. די מאַטעריאַלןּ זײַנען אָרגאַניזירט לױט געגנטן, שטעט און שטעטלעך. דער דאָזיקער סדר לאָזט בעסער פֿאַרשטײן דעם געאָגראַפֿישן פֿאַרנעם און די לאָקאַלע ספּעציפֿישקײט פֿונעם חורבן אין אוקראַיִנע. אַ היפּשע צאָל זכרונות שטאַמען טאַקע פֿון די קלײנע שטעטלעך פֿון טראַנסניסטריע, װוּ מער ייִדן זײנען געבליבן בײַם לעבן אונטער דער רומענישער אָקופּאַציע אײדער אין אַנדערע טײלן פֿון אוקראַיִנע, װוּ די דײַטשן האָבן סיסטעמאַטיש אומגעבראַכט אַלע ייִדישע ייִשובֿים אַרום 1942. אַזאַ איז געװען דער גוטער מזל פֿון באָריס זאַבאַרקאָ.

דער עפּיזאָד פֿון זאַבאַרקאָס קינדהײט איז אַ בײַשפּיל פֿון דעם, װי קאָמפּילצירט און פֿאַרפּלאָנטערט איז געװען די געשיכטע פֿון יעדן ייִד, װעלכער האָב איבערגעלעבט דעם חורבן. אין אַלע פֿאַלן האָט מען באַקומען הילף פֿון ניט־ייִדן. דאָס זײַנען געװען שכנים, פֿרײַנד, צו מאָל אַפֿילו „גוטע‟ דײַשטן אָדער רומענער. יעװגעניאַ רודאַ, למשל, איז געבױרן געװאָרן דעם 25סטן מײַ אינעם געטאָ־שפּיטאָל אין דער שטאָט זלאָטשעװ אין גאַליציע. אירע עלטערן זײַנען אומגעקומען, אָבער זי איז געראַטעװעט געװאָרן דורכן אַמאָליקן אוקראַיִנישן שכן מיקאָלאַ פּעטריװ, וואָס האָט דעמאָלט געלעבט אין לעבמערג. פּעטריװ איז אַלײן געװען אַ מיטגליד פֿון דער אוקראַיִנער נאַציאָנאַליסטישער אָרגאַניזאַציע. ער איז פֿאַרשװוּנדן אין 1944, און נאָך דער מלחמה איז זײַן פֿרױ אַרעסטירט געװאָרן דורך די סאָװעטן און פֿאַרשיקט געוואָרן קײן סיביר. אַזױ איז דאָס ייִדישע מײדל פֿאַרבליבן אַ יתומה צום צװײטן מאָל, װי אַ טאָכטער פֿון אַן אוקראַיִנישן שׂונא פֿון דער סאָװעטישער מאַכט.

װי אַ פּראָפֿעסיאָנעלער היסטאָריקער פֿאַרשטייט זאַבאַרקאָ גוט אַז ניט אַלצדינג אין די דאָזיקע געשיכטעס איז גלײבװערדיק. עס איז מעגלעך, שרײַבט ער, אַז אין די אײגענע זכרונות האָט מען צו מאָל אַרײַנגעפֿלאָכטן אײניקע עפּיזאָדן און פּרטים, װאָס שטאַמען ניט פֿון דער פּערזענלעכער דערפֿאַרונג, נאָר פֿון אַנדערע קװאַלן, װי למשל פֿון אַנדערע משפּחה-מיטגלידער, דאָקומענטן און אַפֿילו פֿילמען. אַ מאָל װיל מען ניט דערצײלן דעם גאַנצן אמת, בפֿרט װען עס גײט װעגן שרעקלעכע פּרטים אָדער ניט־שײנע מעשׂים. די פּראָבלעם פֿון היסטאָרישער פֿאַרלאָזלעכקײט האָט אַ ספּעציעלן באַטײַט פֿאַר אוקראַיִנע. די סאָװעטישע מאַכט האָט לאַנגע יאָרן פֿאַרשװיגן דעם חורבן װי אַ ייִדישע טראַגעדיע און געטענהט, אַז אַלע סאָװעטישע בירגער האָבן געליטן גלײַך אונטער דער אָקופּאַציע. פֿאַר אַ סך ייִדן, װאָס זאַבאַרקאָ האָט אױסגעפֿרעגט אין די 1990ער יאָרן, איז דאָס געװען דאָס ערשטע מאָל, װען זײ האָבן געקאָנט רעדן אָפֿן װעגן זײער דערפֿאַרונג. נאַטירלעך, איז זײער זכּרון כּמעט פֿופֿציק יאָר נאָך די געשעענישן ניט געװען פֿריש. אַן אַנדער פּראָבלעמאַטישער ענין איז די ראָלע פֿון דער אוקראַיִנער באַפֿעלקערונג אינעם חורבן. די נאַציאָנאַליסטישע פּראָפּאַגאַנדע אין אַלע מיזרח־אײראָפּעיִשע לענדער, אוקראַיִנע בתוכם, װיל הײַנט שילדערן זײערע פֿירגײער װי העלדן, װאָס האָבן געקעמפֿט אי קעגן די דײַטשן אי קעגן די סאָװעטן. דערפֿאַר װילן זײ ניט הערן װעגן די פֿאַרברעכנס קעגן ייִדן מצד די אָרטיקע תּושבֿים.

„לכתּחילה האָט מען ניט בדעה געהאַט אַרײַנצונעמען אינעם דאָזיקן בוך אַלע זכרונות,‟ שרײַבט זאַבאַרקאָ. צום סוף האָט ער אָבער באַשלאָסן, אַז דער גורל פֿון יעדן יחיד, װעלכער האָט איבערגעלעבט דעם חורבן, איז אייגנאַרטיק. דאָס אָפּהיטן זײער אָנדענק איז אַ קעגנגעװיכט צו דער נאַציסטישער פּאָליטיק, װאָס האָט געװאָלט אױסמעקן די מענטשלעכע װירדע פֿון אירע קרבנות.

די דײַטשישע רעדאַקטאָרן פֿונעם בוך, דאָס פּאָרפֿאָלק מאַרגרעט און װערנער מיולער, זײַנען געװען קלײנע קינדער בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה. אין די 1990ער יאָרן האָבן זײ גענומען אױספֿאָרשן דעם חורבן אין אוקראַיִנע און האָבן זינט דעמאָלט אַרױסגעלאָזט עטלעכע דאָקומענטאַלע ביכער אױף דער דאָזיקער טעמע. זײ דערקלערן אין דער הקדמה, אַז אין דײַטשלאַנד פֿאַרבלײַבט דער חורבן אין אוקראַיִנע כּמעט װי ניט באַקאַנט, װײַל דעם סימבאָלישן צענטער פֿון דער חורבן־געשיכטע פֿאַרנעמט אױשװיץ.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.