Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי זעען מיטל־יאָריקע סאַברעס די אַשכּנזישע קולטור?How do middle-aged Israelis see Ashkenazic culture?

אַ פּענסיאָנירטע אַדוואָקאַטין דערציילט ווי אַן אויסשטעלונג אין „תּפֿוצות־מוזיי‟ וועגן מיסחר פֿאַרן חורבן האָט געמאַכט אויף איר אַ טיפֿן רושם.

[ערשטער טייל פֿון אַ סעריע פּאָרטרעטן]

צוליב דעם וואָס מע הערט אין דער ישׂראלדיקער מעדיאַ אָפֿט וועגן דער אַמאָליקער וועלט פֿאַרן חורבן, שאַפֿט זיך אַן אילוזיע, אַז ס’רובֿ פֿון דער באַפֿעלקערונג ווערט אויף ס’נײַ פֿאַרבונדן מיט איר מזרח־אייראָפּעיִשער קולטור־ירושה.

האָב איך באַשלאָסן, נישט ווי אַן אַקאַדעמיקער, נאָר מיט זשורנאַליסטישע כּלים, צו אינטערוויויִרן אַ צאָל סאַברעס, בערך 60־יעריקע, און הערן פֿון זיי אַליין, ווי באַציִען זיי זיך צו אָט דער טעמע. כ׳האָב געהאַט אַ חשד אַז די אויסגעפֿרעגטע וועלן זײַן אַ ביסל צוריקגעהאַלטן, בפֿרט ווײַל איך אַליין און דער פֿאָרווערטס שטעלן מיט זיך פֿאָר פּאָזיטיווע דערוואַרטונגען וועגן יענער „פֿאַשוווּנדענער‟ וועלט און זיי ווילן אונדז נישט אַנטוישן. צום סוף האָב איך אָבער יאָ באַקומען אָפֿן־האַרציקע ענטפֿערס אויף מײַנע פֿראַגעס.

בקיצור קען מען זאָגן אַזוי: קיין מאָל אין לעבן האָט מען זיי, די סאַברעס, ניט געפֿרעגט וואָס זיי טראַכטן פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין מיזרח־אייראָפּע. ביז איצט האָבן זיי באַקומען אַ בדרך־כּלל נעגאַטיוו בילד דערפֿון און פּלוצעם שאַפֿט זיך דאָ אַ געלעגנהייט, וווּ זיי קאָנען זיך פֿרײַ אויסדריקן. טאָ פֿאַר וואָס ניט?

דעם גרעסטן שטויס אַרויסצוברענגען אָט די טעמע האָב איך באַקומען נאָך אַן אומפֿאָרמעלן שמועס מיט אַ באַקאַנטן. „וועלכע איז דײַן הויפּט אידענטיטעט?‟ האָב איך אים געפֿרעגט. זײַן באַלדיקער, קאַטעגאָרישער ענטפֿער איז געווען: „אידענטיטעט? כ’האָב ניט קיין אידענטיטעט.‟ דאָס האָט מיך שאָקירט. מײַן מיטשמועסער האָט ניט געפֿילט, אַז ער דאַרף עפּעס צוגעבן, האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען, אַז כ’מוז אַליין דעשיפֿרירן זײַן ענטפֿער. ס’איז מיר אייגנטלעך ניט געווען שווער. כ’קאָן אים גוט, אַ געוועזענער קיבוצניק, אַ פּענסיאָנירטער פֿון דער אַרמיי. בקיצור, זײַן ענטפֿער האָט געמיינט צו זאָגן: „כ’בין ניט קיין אַשכּנזישער, ניט קיין אָריענטאַלער ייִד און אויך ניט קיין געבוירענער אין אויסלאַנד. כ’בין אַן ישׂראלי וואָס פֿילט געטרײַ אויס אַלע נייטיקע פֿונקציעס וואָס מ’האָט אויף אים אַרויפֿגעלייגט. איז דאָס ניט גענוג? ווער דאַרף מער?‟

אַ צווייטער סאַברע און פּענסיאָנירטער פֿון דער אַרמיי האָט אָפֿן־האַרציק דערקלערט: „ס’איז געווען און ס’איז פֿאַראַן אַ ייִדיש פֿאָלק. נאָר ווער דאָס איז, ווייס איך נישט. לאָמיך אָנהייבן דאָס אויסצופֿאָרשן.‟ בײַ אַ סך סאַברעס, ווי אויך בײַם דורכשניטלעכן ישׂראלי, ווערט דער באַגריף אידענטיטעט גופֿא אויסגעטײַטשט ווי עפּעס באַגרענעצט און זײַטיק. ווי אַן ישׂראלי פֿילט ער מער אַ גאַנצקייט, קלאָרקייט און מאַכט.

אתי דקל (עטי דעקל), אַ פּענסיאָנירטע אַדוואָקאַטין פֿון ראשון לציון

„כ’רעד אויף ייִדיש מיט דער 95־יאָריקער מאַמען און מיט אירע חבֿרטעס; אַזוי וועט איר אוקראַיִנישע אויפֿפּאַסערין אונדז ניט פֿאַרשטיין,‟ זאָגט אתי דקל. „און כ’מוטיק מײַנע חבֿרים זיך צו באַטייליקן אויף שרשים־רײַזעס קיין אויסלאַנד, ווי איך אַליין האָב עס געטאָן זינט דעם יאָר 1996.‟

אין פֿאַרלויף פֿון די יאָרן זעט אתי אַז זי איז ניט אַזוי אַנדערש פֿון איר מאַמעס דור, נאָר ס’איז איר קלאָר, אַז אין אַ פּאָר צענדליק יאָר אַרום וועט זיך דאָס אלץ פֿאַרענדיקן. „כ’פֿיל זיך אייגנאַרטיק — זאָגט זי — וואָס כ’פֿאַרמאָג אַזאַ קולטורעלן יסוד און אַן אייגענעם בליק אויף אַלץ וואָס ס’געשעט הײַנט אין לאַנד.‟

הגם איר פֿינאַנציעלע לאַגע איז הײַנט אַ גאַנץ גוטע, האַלט זי נאָך אָן די ווערטן וואָס זי האָט זיך געלערנט בײַ די עלטערן ווי, למשל, שפּאָרן געלט כּסדר און קיין מאָל ניט פֿאַרשווענדן געלטער. „איין מאָל האָב איך באַזוכט אַן אויסשטעלונג אין דעם ׳תּפֿוצות־מוזיי׳, וווּ מע האָט געוויזן קאָנטראַקטן, טשעקן און היפּאָטעק־דאָקומענטן ווי אויך קולטור־מעלדונגען פֿאַרשריבענע אויף ייִדיש און פּויליש. ס’איז פֿאַר מיר געווען אַ בילד פֿונעם מסחר און קולטור־לעבן פֿאַרן חורבן און גאַנץ ענלעך צו הײַנטיקע, מאָדערנע באַגריפֿן.‟

צו דער פֿרומער וועלט — זאָגט זי — באַציט זי זיך אין גאַנצן ניט. צום אַמאָליקן לעבן איז זי פֿאַרבונדן בלויז דורך שפּראַך, קולטור און טראַדיציע (מיט נאָר אַ קאַפּיטשקע רעליגיע). זי דריקט פֿרײַ אויס אירע געדאַנקען און געפֿילן פֿאַר דער משפּחה, חבֿרים און באַקאַנטע אָבער איז מקפּיד ניט צו רעדן וועגן די זאַכן מיט מענטשן וועלכע געהערן ניט צו אירע קרײַזן ווײַל זי איז זיך משער, אַז מע וועט ניט פֿאַרשטיין איר הומאָר און קולטור. פֿאַרקערט, מע וועט זיך נאָך באַציִען דערצו מיט ביטול, ווי אַ גלותדיקע, אַלט־מאָדישע דערשײַנונג.

י. צ.

„פֿון דער אייראָפּעיִש־אַשכּנזישער קולטור האָב איך אַ לעבעדיק, ברויזנדיק בילד, נאָר זי איז תּמיד געווען פֿאַרשפּאַרט אין ענגע, רעליגיעזע ראַמען, אין אַ פּאַטריאַרכאַלישער משפּחה, אַ פֿאַרשלאָסענע און אַרויפֿגעצוווּנגענע,‟ זאָגט י. צ.

ער דערציילט, אַז ווען ר’איז יונג געווען האָט די טעמע, דאָס אַמאָליקע לעבן פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום, אים בכלל ניט פֿאַראינטערעסירט. ער האָט זיך וועגן דעם אַלעם ערשט געכאַפּט אין זײַנע פֿערציקער ווען ער האָט פֿאַרענדיקט זײַן מיליטער־דינסט. איצט פֿילט ער אַ שטאַרקע פֿאַרבינדונג צו דער אַמאָליקער וועלט. ער פֿאָרשט אין חיפֿהער אוניווערסיטעט וועגן דער באַטייליקונג פֿון ישׂראלים אינעם שפּאַנישן בירגערקריג (1936) און האָט אויך באַשטעלט אַ העברעיִשע איבערזעצונג פֿון שירה גאָרשמאַנס בוך, „אין די שפּורן פון גדוד העודה‟. די טראַוומע פֿון חורבן איז ניט קיין שטער אין אָט דעם פּראָצעס, אָבער רעליגיע און אָרטאָדאָקסיע שטויסט אים אָפּ עד־היום.

„איך פּרוּוו רעדן וועגן אָט דער איבערלעבונג מיט אַנדערע משפּחה־מיטגלידער און באַקאַנטע, אָבער דער אָפּקלאַנג איז אַ גאָר שוואַכער,‟ זאָגט ער.

גלי [גאַלי] מיר־תיבון

ווען גלי הערט די פֿראַזע „דאָס אַמאָליקע אייראָפּעיִשע ייִדנטום‟ קומען איר אין זינען אָרעמקייט, צוריקגעשטאַנענקייט, גרויסע עקאָנאָמישע אונטערשיידן, געפֿאַלענע גבֿירים און קינדער־אונטערדריקונג. „אָבער די ייִדישע שפּראַך, דער חורבן, די ווערק פֿון פּרץ, מענדעלע און סוצקעווער האָבן אַנטפּלעקט פֿאַר מיר די שיינקייט פֿון דער־אָ וועלט, צו איר נאַטור און סענסיטיווקייט. כ’האָב זיך געלערנט וועגן דעם ׳בונד׳ און יוגנט־באַוועגונגען ווי ׳צוקונפֿט׳ און ׳החשמונאים׳ אין רומעניע, וועלכע זענען פֿאַרטיליקט געוואָרן אין קריג. כ’פֿיל אַ טיפֿע בענקשאַפֿט צו יענער וועלט און צו ערטער וווּ כ’בין אַפֿילו קיין מאָל ניט געווען.‟

דער חורבן איז בײַ גלין בשום־אופֿן ניט קיין שטער זיך צו פֿאַרבינדן מיטן אַמאָליקן לעבן. דווקא אַ רינג איז עס אין איר ווילן אים צו בעסער פֿאַרשטיין. „כ׳וויל ניט דערלאָזן אַז דער אָנדענק פון די אומגעבראַכטע זאָל אויסגעמעקט ווערן, ווי היטלער ימח־שמו האָט געוואָלט.‟

אויך גלי זאָגט אָבער אַז ניט דורך דער רעליגיע, נאָר דורך וועלטלעכקייט פֿאַרבינדט זי זיך צום אייראָפּעיִשן ייִדנטום, צו זײַנע טעקסטן און ביכער. „כ’נויטיק זיך ניט אין דער פֿאַרמיטלונג פֿון דער אָרטאָדאָקסיע, וועלכע איז שוין דעמאָלט געווען גאַנץ פֿאַרקריפּלט. מײַן משפּחה ווייסט, אַז כ’פֿאַרנעם זיך מיט דער משפּחה־געשיכטע. כ’האָב איניציִיִרט אַ באַזוך אין בוקאָווינע און אין גיכן אויך קיין גאַליציע. מײַנע נאָענטע ווייסן וועגן מײַן ליבשאַפֿט צו ייִדיש. דער ייִדישער טעאַטער אין לאַנד באַפֿרידיקט מיך אָבער ניט, ווײַל ער גיט זיך אָפּ נאָר מיט לײַכטער פֿאַרווײַלונג.‟

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.