Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

זיך וואַשן די הענט — אַ גאָר אַלטע ייִדישע מסורהHandwashing – a venerable Jewish ritual

דאָס װאָס די כּהנים האָבן זיך געװאַשן די הענט פֿאַרן טאָן די עבֿודה איז דער ערשטער משל פֿון זיך ריטועל װאַשן די הענט בײַ ייִדן.

לאָמיר זיך גיין װאַשן די הענט…

אַזאַ זאַץ קען אַרױסרופֿן אַ סך פֿאַרשידענע אַסאָציאַציעס — כאָטש הײַנט צו טאָג איז אײנע מער בולט װי אַלע אַנדערע.

הײַנט לערנען מיר זיך אַלע װאָס דאָס הײסט זיך װאַשן די הענט װי ס׳באַדאַרף צו זײַן: װאַשן מיט זײף, רײַבן צװאַנציק סעקונדעס לאַנג, זיך אָפּשװענקען, און זיך אָפּװישן. אָבער דער אמת איז אַז מיר ייִדן טראַכטן שױן אַ לאַנגע צײַט װעגן װי מ׳װאַשט זיך די הענט. ס׳איז דאָ אַ גאַנצע מסכתּא — מסכת ידים — װעגן װי אַזױ ריכטיק זיך צו װאַשן די הענט. לױט דער משנה ברורה, װאַשט מען זיך נעגל־װאַסער אין דער פֿרי װען מ׳װעקט זיך אױף; מ׳װאַשט זיך די הענט אײדער מ׳נעמט זיך צום דאַװענען; כּהנים װאַשן זיך די הענט אײדער זײ דוכענען; מ׳װאַשט זיך די הענט אײדער מ׳עסט ברױט; לױט דער גמרא װאַשט מען זיך די הענט אױך נאָך דעם װאָס מ׳עסט אָפּ (מים אחרונים); מ׳װאַשט זיך די הענט אַשר־יצר נאָכן גײן װוּ דער קײסער גײט צו פֿוס; און מ׳װאַשט זיך די הענט װען מ׳גײט אַרױס פֿון אַ בית־עולם. ס׳זענען דאָ נאָך פֿאַלן; דאָס איז נאָר אַ טייל פֿון דער רשימה. לױט געװיסע דעות, האָבן די ייִדן אין די מיטל־עלטערישע צײַטן אױסגעמיטן אַ סך פֿון די מגפֿות צוליב דעם מינהג פֿון זיך װאַשן די הענט אַזױ אָפֿט.


As a public service during this pandemic, the Forward is providing free, unlimited access to all coronavirus articles. If you’d like to support our independent Jewish journalism, click here to make a donation.


די װאָך לײענען מיר די טאָפּלטע פּרשיות פֿון ויקהל און פּקודי. בצלאל, אָהליאָב, און זײערע מיטקינסטלער װאָס האָבן געבױט און גענײט און געשטריקט און אױסגעהאָפֿטן דעם מישכּן און אַלע זײַנע כּלים שפּילן די הױפּטראָלע, אָבער צום סוף פֿון פּקודי הערן מיר װי משה רבינו, װאָס האָט דעמאָלט געשפּילט די ראָלע פֿון כּהן־גדול, האָט אױפֿגעשטעלט דעם מישכּן און איבערגעגעבן די כּהונה צו זײַן ברודער אַהרן און זײַנע זין. און אין מיטן פֿון דער באַשרײַבונג שטײט געשריבן (שמות מ:ל־לב):

„און ער [משה] האָט אַװעקגעשטעלט דעם האַנטפֿאַס צװישן אוהל-מועד און צװישן מיזבח, און אַרײַנגעטאָן אַהין װאַסער, זיך צו װאַשן — כּדי משה און אַהרן און זײַנע זין זאָלן דערפֿון װאַשן זײערע הענט און זײערע פֿיס װען זײ קומען אין אוהל-מועד, און װען זײ גענענען צום מזבח, זאָלן זײ זיך װאַשן — אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן.‟

דאָס װאָס די כּהנים האָבן זיך געװאַשן די הענט פֿאַרן טאָן די עבֿודה איז דער ערשטער משל פֿון זיך ריטועל װאַשן די הענט בײַ ייִדן, און ס׳איז טאַקע דער אײנציקער פֿון די אױבן־דערמאָנטע בײַשפּילן פֿון װאַשן זיך די הענט װאָס איז אַ מיצווה מדאורייתא, באַפֿױלן אין דער תּורה. די אַלע אַנדערע פֿאַלן װאָס איך האָב דערמאָנט האָט מען ערשט שפּעטער אײַנגעפֿירט, און כאָטש אין די אַלע פֿאַלן וואַשט מען זיך די הענט זענען דאָ פֿאַרשידענע סיבות דערפֿאַר.

דאָס װאַשן זיך די הענט פֿאַרן עסן ברױט (און דער פֿאַרבונדענער מינהג פֿון זיך װאַשן די הענט אײדער מ׳עסט גרינסן בײַם סדר) האָט צו טאָן מיט אַן אומרײנקײט װאָס מ׳ריכט זיך עקזיסטירט אױף די הענט במשך אַ גאַנצן טאָג, צוליב דעם װאָס מ׳נוצט זײ אָנצוטאַפּן אַזױ פֿיל פֿאַרשידענע זאַכן. דערפֿאַר, אַגבֿ, הײסט מען איצט זיך װאַשן די הענט אַזױ אָפֿט, נאָר איצט זאָרגט מען זיך פֿאַר מיקראָבן — און דעמאָלט האָט מען זיך געזאָרגט פֿאַר טומאה, ריטועלער אומרײנקײט. דאָס האָט מען אײַנגעפֿירט פֿאַר די כּהנים אין די שפּעטערע יאָרן פֿון בית־שני, און פֿאַרברעטערט פֿאַר אַלע ייִדן נאָכן חורבן בית שני.

דאָס װאַשן זיך די הענט נאָכן עסן (מים אחרונים) איז, װײַזט אױס, געװען צוליב אַ מורא אַז עפּעס אַ זאַלץ אינעם עסן (מלח סדומית) קען בלינד מאַכן אַ מענטשן אױב ער רירט אָן די אױגן מיט די שמוציקע הענט נאָכן עסן.

דאָס װאַשן זיך די הענט אײדער מ׳דאַװנט און אײדער מ׳דוכנט פֿאַררופֿט זיך אױף דעם האַנטװאַשן אין אונדזער פּרשה — פּונקט װי די כּהנים האָבן זיך געװאַשן אײדער זײ זענען געקומען דינען גאָט אינעם מישכּן אָדער אינעם בית־המיקדש, אַזױ װאַשן מיר זיך אױך די הענט אײדער מיר דינען גאָט.

וואָס שייך זיך װאַשן די הענט נאָכן אַרױסגײן פֿון בית־עולם איז אַ ביסל מער קאָמפּליצירט. ס׳איז לאַנג דאָ אַזאַ מינהג, אָבער ס׳איז נישט קלאָר פֿאַר װאָס. װאַסער איז דאָך אַ סימבאָל פֿון לעבן, קען עס אַראָפּװאַשן דעם שמץ טױט װאָס איז אפֿשר אַרױפֿגעקראָכן אױף די הענט. אָדער אפֿשר איז עס עפּעס מער אייבערגלײבערישס, אַז ס׳באַשיצט פֿון די שדים װאָס פֿאַרברענגען אין די בית־עולמס.

דער מינהג פֿון זיך װאַשן די הענט אין דער פֿרי האָט אױך עטלעכע מעגלעכע סיבות: ס׳קען סימבאָליזירן אַז װען אַ ייִד װעקט זיך אױף, זעט ער פֿאַר זיך אַ גאַנצן טאָג פֿון עבודת־הבורא, פֿון דינען גאָט, און װאַשט זיך די הענט װי פֿאַרן תּפֿילה טאָן. אָדער ס׳קען זײַן אַז בשעת מ׳שלאָפֿט טאַפּן אָן די הענט אַלע פֿאַרשידענע גוף־טײלן אָן אַז מ׳זאָל באַמערקן, דאַרף מען זיך װאַשן די הענט, פּונקט װי פֿאַרן עסן. אָדער, אױב מ׳איז אַ ביסל קבליסטיש געשטימט, קען זײַן אַז דאָס שלאָפֿן האָט אַ טעם פֿון טױט, די נשמה פֿליט אַרױס פֿון גוף װען מ׳שלאָפֿט אײַן און קומט צוריק אַרײַן אין גוף װען מ׳װעקט זיך אױף (װי מ׳דערמאָנט אינעם „מודה אני‟). און צוליב דעם קאָנטאַקט מיט טױט, װאַשט מען זיך די הענט.

וועגן דעם װאַשן די הענט נאָכן גײן אין בית־הכּסא — נו, קל וחומר, אױב מ׳דאַרף זיך װאַשן טאָמער די הענט האָבן עפּעס אָנגערירט, איז קלאָר אַז מ׳מוז זיך װאַשן די הענט װען מ׳װײסט אַז די הענט האָבן אָנגערירט אַ געװיסן גוף־טײל!

טאָ לאָמיר אַלע, בשעת מיר װאַשן זיך די הענט צום צװאַנציקסטן מאָל אין טאָג אױסצומײַדן דעם קאָראָנע־װירוס, געדענקען אַז בײַ אונדז ייִדן איז דאָס װאַשן זיך די הענט אָבער אַ מאָל און װידער אַ מאָל דווקא נישט קײן נײַעס. צי מ׳פֿאַרשטײט אַז דאָס װאַשן זיך די הענט טרײַבט אַװעק טומאה המכונה מיקראָבן, צי דאָס װאַשן רעפּרעזענטירט רײנקײט, צי איר װאַשט זיך די הענט כּדי צו דינען גאָט און די מיצװה פֿון „חי בהם‟ [לעבן איז דער עיקר פֿון אַלץ], געדענקט זשע פֿאָרט, למשן השם, זיך צו װאַשן די הענט.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.