אַ שׂימחה אין מיטן פֿון דער מגפֿהFinding joy during the coronavirus
בעת מע האָט געפֿירט דאָס יונגע פּאָרל איבער די גאַסן, האָט דער גאַנצער עולם, פֿון די גאַניקעס, געקאָנט מקיים זײַן די מצווה פון משׂמח זײַן חתן־כּלה.
אין די הײַנטיגע טעג פילן מיר אַלע דאָ אין קראַון־הײַטס דעם שרעק פאַר דער קאָראָנע־מגיפה וואָס בושעוועט אין די גאַסן. אפילו אויף יונגע געזונטע מענטשן האָט די נײַע צרה געהאַט אַ טיפן אײַנדרוק, שוין אָפּגערעדט פון די קראַנקע אַליין מיט זייערע פֿאַמיליעס (זאָל זיי דער אויבערשטער צושיקן אַ רפואה־שלמה), אָדער פון די יעניקע וועלכע די קרענק קאָן זיי זײַן גאָר שעדליך.
אָבער דער גרעסטער בראָך איז באַפאַלן גראַדע דעם געזעלשאַפטליכן לעבן. ווער וואָלט זיך קאָנען פאָרשטעלן, אַז קראַון־הײַטס וועלכע שלאָפט קיינמאָל ניט, וואו מען קאָן צונויפקלײַבן אַ מנין מעריב פיר אַזייגער פאַרטאָג, זאָל זיך שיר ניט פאַרוואַנדלען אין אַ געשפּענסט־שטעטל? און נאָך אַזוי גיך!
Social distancing wedding in Crown Heights. pic.twitter.com/iTONwt2SCc
— Johnny Kunza (@johnkunza) March 19, 2020
ווען אפילו איינער זאָל גאָרניט קיין מורא האָבן פאַר דער קאָראָנע און וויל שוין יע אַביסל אַרויס (צי מצד ביטחון, צי מצד טיפּשות, צי אפשר גאָר איינער וואָס ווייס טאַקע בעסער), האָט ער ניט וואוהין; די שולן זײַנען פאַרשפּאַרט מיט זיבן שלעסער, די גאַס איז פּוסט, און אפילו דאַווענען בציבור אינדרויסן האָבן די רבנים פאַרווערט. זיצט מען אין דער היים און ס’איז שטאַרק סקוטשנע. מזמן לזמן הילכט אָפּ דער ליאַמער פון אַן אַמבולאַנס, און דער קול דערגרייכט אַזש אין די ביינער…
די מרה־שחורה עסט זיך אײַן אין האַרצן, עס ווילט זיך שטאַרק זיצן פאַרברענגען צווישן חברים, זינגען צוזאַמען אַ חסידישן ניגון, גיין אַ ריקודל (ס’איז דאָך פאָרט אָדר אויף דער וועלט!)… איז ווילט זיך! אַ איד טאָר דאָך קיינמאָל ניט אַרײַנפאַלן אין עצבות, אָבער פאָרט…
און זיצנדיק מיט אָט־אָ די סומנע מחשבות, האָב איך געהערט די בשורה. הײַנט פראַוועט מען אַ חתונה, און אַזוי ווי אויף דעם געוויינליכן שטייגער – אין אַ זאַל מיט אַ פולע געסט – טאָר מען דאָך ניט פײַערן, דעריבער בעט די משפחה אַז דער גאַנצער עולם זאָל אַרויס אויף די גאַניקעס, מ’עט אַדורכפירן חתן־כלה איבער אַלע גאַסן, און אַזוי אַרום וועט אַיעדער קאָנען משמח זײַן חתן־כלה.
As a public service during this pandemic, the Forward is providing free, unlimited access to all coronavirus articles. If you’d like to support our independent Jewish journalism, click here to make a donation.
איך וועל ניט אַריבערטרײַבן, ווען איך זאָל זאָגן אַז גאַנץ קראַון־הײַטס האָט אַרויסגעקוקט אויף די חתן־כלה, כמעט ווי מען קוקט אויס אויף דעם סוף פון דער מגיפה… אין די שוואַרצע צײַטן, האָט אונז די בשורה אויפגעלעבט אונזערע הערצער. אַלע זײַנען אַרויס – ווער אין שבתדיקע קליידער – און ווי נאָר מ’האָט דערהערט פון דער ווײַטן די מוזיק, האָבן די קינדער אַזש אָנגעהויבן שפּרינגען פון פרייד.
איך שטיי מיר אויף מײַן גאַניק, און די האַרץ פּלאַצט שוין פון התרגשות. אָט פאָרן זיי… איך טאַנץ מיט מײַן משפחה, און אויף אַ קליינטשיקער מינוט דערשפּירט מען וואָס עס הייסט אַזוינס אַן אמתע אידישע שמחה, אַ לויטערע שמחה, וואָס מ’פילט ניט אויף רוב אידישע חתונות.
אַ טרערל באַווײַזט זיך אין מײַן אויג, און עס קלינגט מיר אין קאָפּ אַ לידל פון יום־טוב ערליך, וועגן אַ חתונה אין סאַמאַרקאַנד אין דעם ראַטן פאַרבאַנד: „מזל־טוב! מזל־טוב! טאַטעניו זאָג אונז שוין, ווען וועט זײַן דער סוף? אַ ביסל שנאַפּס, מע נעמט אין האַלדז, פריילעכער ווערט מען דאַן פאַרגעסט מען זיך פון אַלץ.‟
ניט מער ווי דרײַסיק סעקונדעס האָט געדויערט די גאַנצע מעשה, אַרײַנגעפאָרן אויף אונזער גאַס – און שוין אָפּגעפאָרן װײַטער. אָבער דרײַסיק סעקונדעס פון מקיים זײַן די מצוה פון משמח זײַן חתן־כלה, איז איין קלייניקײט!
אָבער דעם אמת געזאָגט, איך מיין אַז ניט אַזוי פיל האָבן מיר משמח געווען חתן־כלה, ווי זיי האָבן אונז משמח געוועזן.
אַ דאַנק אײַך, טײַערע חתן־כלה, וואָס אין אַזוינע פינצטערע צײַטן האָט איר געבראַכט אַ שטראַל פון ליכטיקײַט אין הונדערטע אידישע הערצער. איך בין זיכער, אַז אָט־אָ די זכות וועט אײַך בײַשטיין, אַז איר זאָלט זען נאָר ליכטיקײַט אין אײַער געמיינזאַמען לעבן.
אַ ברכה אויף אײַערע קעפּ, זאָל דער אויבערשטער אײַך באַגליקן מיט אַלע גוטע זאַכן. זאָל די היים וואָס איר בויט זײַן אַ שטאַרקע און אַ פרייליכע.
און דער עיקר – זאָל שוין אָפּהילכן אין די גאַסן פון ירושלים און אויף די בערג פון יהודה די מוזיק פון חתונה פּראָצעסיעס – קול ששון וקול שמחה, קול חתן וקול כלה, בביאת המשיח תיכף ומיד ממש!
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO