געזונט־באַאַמטע וואָרענען: ניצט נישט דעם אַנטי־מאַלאַריע מעדיציןHealth officials warn against using anti-malaria medication
אַ מאַן איז געשטאָרבן נאָכן אײַננעמען כלאָראָקווין, וואָס פּרעזידענט טראָמפּ האָט געהאַט באַצייכנט ווי אַ מעגלעכע „רפֿואה‟ קעגן קאָראָנאַ־ווירוס.
אַ מאַן אין אַריזאָנע איז געשטאָרבן און זײַן פֿרוי געפֿינט זיך אין אַן ערנסטן געזונט־מצבֿ נאָך דעם ווי זיי האָבן ביידע אײַנגענומען כלאָראָקווין, אַ סובסטאַנץ וואָס ווערט געניצט צו רייניקן פֿישטאַנקען, און וואָס געפֿינט זיך אויך אין אַן אַנטי־מאַלאַריע מעדיצין.
„באַנער‟, אַ געזונט־באַדינונג סיסטעם אין אַריזאָנע, האָט איבערגעגעבן אַז דאָס פּאָרל, וואָס ביידע זענען אין די 60ער, זענען קראַנק געוואָרן בלויז אַ האַלבע שעה נאָכן אײַננעמען כלאָראָקווין. דער מאַן איז געשטאָרבן אין שפּיטאָל אָבער די פֿרוי האָט באַוויזן אויסצוברעכן ס׳רובֿ דערפֿון.
די פֿרוי האָט געזאָגט פֿאַר NBC News אַז זי האָט געהערט ווי פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ האָט, בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ, באַצייכנט כלאָראָקווין ווי אַ מעגלעכע רפֿואה פֿאַרן קאָראָנאַ־ווירוס. די פֿרוי האָט זיך דערמאָנט אַז זי האָט געזען דאָס וואָרט כלאָראָקווין אויפֿן פֿלעשל פֿון אַ סובסטאַנץ וואָס זי גיט אַרײַן אין איר פֿישטאַנק צו פֿאַרסמען די אָרגאַניזמען וועלכע שאַטן די פֿישעלעך.
נאָך דעם ווי טראָמפּ האָט געמאַכט די דערקלערונג האָבן געזונט־באַאַמטע געוואָרנט מענטשן למען־השם נישט צו נעמען קיין אַזוי־גערופֿענע „רפֿואות‟ צו באַקעמפֿן די סימפּטאָמען פֿון קאָראָנאַ־ווירוס.
„מיר ווילן בשום־אופֿן נישט אַז די שפּיטעלער זאָלן איצט ווערן איבערגעפֿולט מיט פּאַציענטן וואָס מיינען אַז זיי האָבן געפֿונען אַ ׳רפֿואה׳, ווען אין דער אמתן קען די רפֿואה זײַן נאָך ערגער ווי די קרענק,‟ האָט געוואָרנט ד״ר דאַניעל ברוקס, דער מעדיצינישער דירעקטאָר פֿונעם „באַנער אינפֿאָרמאַציע צענטער וועגן סם און מעדיקאַמענטן‟.
„מיר רופֿן אַלע דאָקטוירים און אַנדערע געזונט־פּראָפֿעסיאָנאַלן נישט צו פֿאַרשרײַבן דעם מעדיצין צו קיין פּאַציענטן וואָס געפֿינען זיך נישט אין שפּיטאָל,‟ האָט ברוקס געזאָגט.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO