Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„חד־גדיא“ אויף ייִדיש מיטן „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר“Chad Gadyo in Yiddish sung by the Jewish People’s Philharmonic Chorus

דער נוסח נעמט אַרײַן די קלאַנגען פֿון חיות און אַנדערע הומאָריסטישע עלעמענטן.

דער ייִדישער נוסח פֿון „חד־גדיא‟ איז הײַנט ניט אַזוי גוט באַקאַנט דעם ברייטן עולם, אַפֿילו אין ס׳רובֿ ייִדיש־רעדנדיקע היימען. געוויינטלעך אַז מע הערט דאָס ליד, איז עס אינעם אָריגינעלן לשון־קודש (אַ פֿאַרקרומטן אַרמיש אַרײַנגעמישט מיט העברעיִש) אָדער אויפֿן מאָדערנעם עבֿרית.

דערפֿאַר איז געוווּנטשן וואָס דער „ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקסכאָר‟ האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ פּרעכטיקן ווידעאָ, אין וועלכן מע זינגט דאָס ליד אין דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון יצחק לוקאָווסקי. דער נוסח, וואָס מע האָט פֿילמירט אויף אַ קאָנצערט אין אָקטאָבער 2018, נעמט אַרײַן ניט בלויז דעם טעקסט פֿונעם ליד גופֿא, נאָר אַ ריי קלאַנגען פֿון חיות און אַנדערע הומאָריסטישע מאָמענטן, וואָס העלפֿן די וואָס פֿאַרשטיין ניט די שפּראַך בעסער אויפֿצוכאַפּן וואָס קומט פֿאָר. די מוזיק פֿון מיכל געלבאַרט, האָט אַראַנזשירט בנימין שעכטער, דער דיריגענט פֿונעם כאָר.

ניט געקוקט אויף דעם וואָס דאָס ליד „חד־גדיא‟ („איין ציגעלע“, אויף אַרמיש) איז שוין מער ווי 400 יאָר אַ טייל פֿונעם סדר, האָבן די ווערטער ניט קיין קלאָרן שײַכות צום יום־טובֿ פּסח.

לכתּחילה איז דאָס ליד מסתּמא געווען סתּם אַ מיטל צו פֿאַרווײַלן די קינדער בײַם סדר. פּונקט אַזוי ווי די געשיכטע פֿונעם דריידל חנוכּה, האָט מען עס אָבער שפּעטער אויסגעטײַטשט אויף אַ מער ערנסטן אופֿן: דאָס ציגעלע רעפּרעזענטירט דאָס ייִדישע פֿאָלק און די אַנדערע בעלי־חיים און חפֿצים סימבאָליזירן די פֿעלקער, וואָס האָבן געהערשט איבער ארץ־ישׂראל. אַזוי אַרום ווערט דאָס קעצעלע באַטראַכט ווי אָשור, דער שטעקן — בבֿל, דאָס פֿײַער — פּערסיע, — דאָס וואַסער — מוקדון (די גריכן), דער אָקס — די רוימישע אימפּעריע, דער שוחט — מצרים און, דער מלך־המוות — די טערקן. לויטן דאָזיקן פּירוש רעפּרעזענטירן די צוויי זוזים (אַ גאָר אַלטע ייִדישע מטבע) די צוויי טאָוולען, אויף וועלכן גאָט האָט אײַנגעקריצט די צען געבאָט.

דאָס ליד איז געוואָרן גאָר פּאָפּולער אויף אַ ריי ייִדישע שפּראַכן, בפֿרט אין דער ספֿרדישער און מיזרחדיקער וועלט, וווּ מע האָט הונדערטער יאָרן געזונגען פֿאַרשידענע נוסחאָות דערפֿון אויף דזשודעזמע, האַקאַטיִאַ (אַ מאַראָקאַנער וואַריאַנט פֿון דזשודעזמע) און ייִדיש־אַראַביש. אויף ייִדיש זינגט מען דאָס ליד שוין איבער 200 יאָר. די „קלאַסישע‟ ייִדישע איבערזעצונג האָט געמאַכט יצחק לוקאָווסקי. בנימין שעכטער, אויספֿאָרשנדיק דאָס ליד אין 2017, האָט געפֿונען אַז ס׳איז לכתּחילה געדרוקט געוואָרן אין 1914 אינעם ווילנער קינדער־זשורנאַל „גריניקע ביימלעך“. די לעצטע צוויי פֿון די אַכט סטראָפֿעס, וואָס גראַמען זיך ניט אַזוי גוט ווי די ערשטע זעקס, האָט מען אַ פּנים שפּעטער צוגעגעבן.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.