Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

רוסישע היסטאָריקערין באַשרײַבט ייִדישע פֿאַרברעכנס אינעם שטעטלRussian historian describes Jewish criminal cases in the shtetl

צו לייזן איר קאָמפּליצירטע ליבע־טרויקע, האָט שׂרה ווײַנבלאַט באַשלאָסן צו הרגענען איר מאַן מיט אַ האַק

ווען מיר ווערן געווויר וועגן פֿאַרברעכנס, וואָס טרעפֿן זיך אין די הײַנטיקע חסידישע קהילות, שטעלן מיר זיך פֿאָר, אַז אינעם אַמאָליקן מיזרח־אייראָפּעיִשן שטעטל האָבן אַלע ייִדן, להיפּוך צו די הײַנטיקע קרימינעלע מעשׁים, געפֿירט אַ הייליק לעבן.

אַזאַ געשטאַלט שאַפֿט זיך בײַם לייענען די חסידישע מעשׁה־ביכלעך, בײַם באַטראַכטן די ווערק פֿון מאַרק שאַגאַל. קאָרעץ, באַרדיטשעוו און בריסק אַסאָציִיִרן זיך הײַנט מיט גרויסע צדיקים, חסידים און ליטווישע רבנים.

איז אַלץ טאַקע געווען אַזוי הייליק און גלאַטיק? ד״ר אָלגאַ מינקינאַ פֿאַרנעמט זיך שוין אַ סך יאָר מיט רוסישע אָפֿיציעלע דאָקומענטן פֿונעם 18טן און 19טן יאָרהונדערט. איר דאָקטאָראַט איז געווען געווידמעט די ייִדישע דעפּוטאַטן אין דער רוסישער אימפּעריע. אויפֿן סמך פֿון דער דיסערטאַציע האָט זי אין 2011 אַרויסגעגעבן אויף רוסיש דאָס באַלערנדיקע בוך „בני רחל‟.

בשעת איר פֿאָרשונג, האָט ד״ר מינקינאַ זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַ גאַנצער ריי געריכט־פּראָטאָקאָלן, וווּ עס ווערן באַהאַנדלט פֿאַרשיידענע מעשׁים פֿון שטעטלדיקע ייִדישע פֿאַרברעכערס — צומאָל קאָמישע, צומאָל שוידערלעכע, אַרײַנגערעכנט מערדערײַ, באַוואָנפֿטע רויבערײַ מיט פּײַניקונגען און פֿאַרגוואַלדיקונגען. פֿון צײַט צו צײַט פֿירט די פֿאָרשערין לעקציעס וועגן דעם אינעם פּעטערבורגער ייִדישן קהילה־צענטער. איין שמועס איז געווען, למשל, וועגן ייִדישע זונות און שאַנדהײַזער אין די שטעטלעך.

מינקינאַ איז אַ באַגאַבטע דערציילערין. איר גיט זיך אײַן צו באַשרײַבן אַפֿילו די שרעקלעכסטע קרימינעלע געשיכטעס אויף אַ לעבעדיקן און אַפֿילו קאָמישן אופֿן. באַזונדערס ווילדע מעשׁים זענען פֿאָרגעקומען דווקא מחוץ דעם תּחום־המושבֿ, אין סיביר, וווּ עס האָט זיך קאָנצענטרירט אַ גרויסער פּראָצענט פֿאַרשיקטע פֿאַרברעכער, אַנטלאָפֿענע אַרעסטאַנטן און סתּם אַוואַנטוריסטן מכּל־המינים.

זי האָט, צום בײַשפּיל, אַנטדעקט אַ שרעקלעכע, אָבער טשיקאַווע ליבע־דראַמע, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אינעם סיבירישן דאָרף קאַזאַנצעווע, אין טאָמסקער גובערניע. דעם 18טן פֿעברואַר 1840 האָט די 24־יאָריקע שׁרה, דאָס ווײַב פֿון אָשר ווײַנבלאַט, אָנגקלאָגט צום אָרטיקן סטאַרשינאַ (אין אַמעריקע וואָלט עס געווען אַ שעריף), אַז איינער אַ רוס מיטן פֿאַמיליע־נאָמען איוואַנאָוו האָט דערהרגעט איר מאַן. אַ פֿאַרשיקטער קיין סיביר, האָט איוואַנאָוו זיך דאָרט פֿאַרנומען מיט גאָלד־מינערײַ. שׁרהס ווערטער האָט אויך באַשטעטיקט איר 10־יאָריקער ברודער.

האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז אָשר ווײַנבלאַט האָט איבערגעלעבט די געפֿערלעכע קאָפּ־טראַוומע און דערנאָך דערציילט די אמתע מעשׂה, אַז דאָס האָט זײַן אייגענע פֿרוי אים געפּרוּווט אַוועקהרגענען מיט אַ האַק. איר קליינעם ברודער האָט זי געצוווּנגען צו באַשולדיקן איוואַנאָוון. שׂרה האָט געפֿירט אַ לינקע ליבע מיטן פֿאַרשיקטן 45־יאָריקן רוסישן אַדלמאַן מיכאַיִל יאַנישעווסקי. איר מאַן האָט אויף איר געהאַט רחמנות און געהאָפֿט, אַז זי וועט תּשובֿה טאָן. אַן אַנדער ייִד, דער 40־יאָריקער אליהו קאָבעלאַצקי, האָט זי שטאַרק געטאַדלט פֿאַרן שלאָפֿן מיט אַ גוי… און איבערגערעדט צו שלאָפֿן מיט אים אַנשטאָט יענעם רוס. בקיצור, האָט די פֿרוי באַשלאָסן צו לייזן איר קאָמפּליצירטע ליבע־דראַמע אויף אַ ראַדיקאַלן אופֿן: מיט אַ האַק.

אינעם באַרימטן ייִדישן שטעטל קאָרעץ האָט די פֿירשטין, גראַפֿיניע מאַריאַנאַ פּאָטאָצקאַיאַ, אָנגעשטעלט איר געליבטן, מיכאל ניימאַן, ווי דעם פֿאַרוואַלטער פֿון איר שלאָס. ניימאַן פֿלעגט ברענגען אין גראַפֿיניעס היים יונגע טעכטער פֿון די פּויערים, כּדי זיי צו פֿאַרגוואַלדיקן. מיט ייִדישע טעכטער האָט ער געטאָן דאָס זעלבע. די קאָרעצער ייִדן זענען געווען שטאַרק אויפֿגעבראַכט, אַז יענער ייִד, וואָס האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ קאַטוילישן קריסט, האָט טעראָריזירט דאָס שטעטל במשך פֿון 4 יאָר.

מינקינאַ האָט איבערגעגעבן אונדזער צײַטונג, אַז זי קלײַבט זיך אָנצושרײַבן אַ מאָנאָגראַפֿיע וועגן די אַמאָליקע ייִדישע פֿאַרברעכער. אויף אירע לעקציעס פֿרעגט מען כּסדר, צי קאָנען אַזעלכע מאַטעריאַלן אַרויסרופֿן אַנטיסעמיטיזם. זי האַלט, אַז אַבסאָלוט נישט. די געריכט־דאָקומענטן ווײַזן, אַז צווישן ייִדן זענען די פֿאַרברעכן סטאַטיסטיש, לויט זייער פֿראָפּאָרץ אין דער באַפֿעלקערונג, געשען נישט אָפֿטער, ווי בײַ די פּראַוואָסלאַוונער רוסן. אין ביידע פֿאַלן, גייט אַ רייד בלויז וועגן געציילטע פֿאַלן; ס׳רובֿ ייִדן און פּראַוואָסלאַוונער האָבן געפֿירט אַן ערלעך לעבן. פֿאַרקערט, גלייבט זי, אַז ס׳איז וויכטיק צו דערקלערן דעם ברייטן עולם, אַז ייִדן אין די אַמאָליקע שטעטלעך זענען געווען פּונקט אַזעלכע נאָרמאַלע מענטשן, ווי די רוסן — וווילע, אָבער מיט אַן אייגענעם קליינעם מיעוט אויסוווּרפֿן און אונטערוועלטניקעס.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.