Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי דער שרײַבער װאַסילי גראָסמאַן האָט באַשריבן באַרדיטשעווHow writer Vassily Grossman depicted the very Jewish city of Bardichev

גראָסמאַנס ליבלעכע שילדערונגען פֿון באַרדיטשעװ זענען גאָר אַנדערש פֿון מענדעלעס סאַטירישער קריטיק.

װעגן דער דראַמאַטישער לעבנס־געשיכטע פֿונעם סאָװעטישן שרײַבער װאַסילי (יוסף) גראָסמאַן זײַנען שױן אָנגעשריבן געװאָרן עטלעכע ביכער אױף רוסיש און ענגליש. אַ סך פּרטים שטאַמען פֿון פּערזענלעכע זכרונות פֿון זײַנע פֿרײַנד, קרובֿים און באַקאַנטע, כאָטש צו מאָל קענען זײ זײַן ניט אַקוראַט. די נײַע ביאָגריאַפֿיע פֿון די רוסישע ליטעראַטור־פֿאָרשער דוד פֿעלדמאַן און יורי ביט־יונאַן איז אַ פּרוּװ צו רעקאָנסטרויִרן גראָסמאַנס ביאָגראַפֿיע אין דעם קאָנטעקסט פֿון דער סאָװעטישער ליטעראַרישער פּאָליטיק פֿון זײַן צײַט.

גראָסמאַן איז געבױרן געװאָרן אין באַרדיטשעװ אין 1905. די דאָזיקע שטאָט פֿאַרנעמט אַ חשובֿן אָרט אין דער ייִדישער געשיכטע און ליטעראַטור. מענדעלע מוכר־ספֿרים האָט פֿאַראײביקט בערדיטשעװ אין דער סאַטירישער געשטאַלט פֿון גלופּסק (נאַראָנים־שטאָט), אַ תּמצית פֿון דער אָפּגעשטאַנענער פּראָװינציעלער ייִדישקײט. באַרדיטשעװ איז טאַקע געװען דורכאױס אַ ייִדישע שטאָט, װוּ אַלע תּושבֿים, ייִדן און ניט־ייִדן, האָבן גערעדט ייִדיש. אָבער עס זײַנען ניטאָ קען שפּורן אין גראָסמאַנס װערק אָדער בריװ אַז ער האָט געקענט ייִדיש. קײן אינטערעס צו דער ייִדישער ליטעראַטור האָט ער, דאַכט זיך, אױך ניט געהאַט.

לױט גראָסמאַנס אָפֿיציעלער סאָװעטישער ביאָגראַפֿיע איז זײַן פֿאָטער געװען אַן אינזשעניר אַ כעמיקער און זײַן מאַמע — אַ לערערין פֿון פֿראַנצױזיש. בײדע עלטערן האָבן שטודירט אין אױסלאַנד און זיך באַקענט אין איטאַליע. עס בלײַבט ניט קלאָר װוּ און װען זײ האָבן חתונה געהאַט, אָבער אין גיכן נאָכן געבורט פֿונעם זון האָבן זײ זיך געגט. יוסף האָט באַקומען זײַן נאָמען לױטן זײדן פֿונעם טאַטנס צד, אָבער אין דער משפּחה האָט מען אים גערופֿן לױטן עכט-רוסישן נאָמען װאַסיע — װאַסילי. צום עלטער פֿון פֿינעף יאָר איז ער מיט דער מאַמען אַװעק קײן שװײץ, װוּ זײ האָבן געוווינט ביזן אָנהײב פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה. פֿעלדמאַן און ביט־יונאַן האַלטן אַז די מאַמע האָט בשום־אופֿן ניט געװאָלט, אַז איר זון זאָל זיך לערנען אין אַ חדר און דערפֿאַר איז זי אַװעק פֿון בערדיטשעװ. אָבער קײן ראיות פֿאַר אַזאַ סבֿרה האָבן זײ ניט.

עס איז קלאָר, אַז גראָסמאַנס עלטערן זײַנען געװען װעלטלעך און גאַנץ פֿאַרמעגלעך. דערפֿאַר האָט זײער זון ניט געהאַט קײן ייִדישע בילדונג און מסתּמא כּמעט ניט געקענט קײן ייִדיש. אין דעם זין איז גראָסמאַן ניט געװען קײן טיפּישער באַרדיטשעװער ייִד. אָבער די שטאָט באַרדיטשעװ איז טאַקע געװען חשובֿ פֿאַר אים. אײנע פֿון די ערשטע געדרוקטע פֿאַרצײכענונגען זײַנע האָט געהײסן „באַרדיטשעװ אױף קאַטאָװעס און ערנצט גערעדט‟ (1929). גראָסמאַן האָט געשילדערט זײַן הײמשטאָט װי אַ „גוטע און ערלעכע סאָװעטישע שטאָט‟, ניט ערגער פֿון אַנדערע רוסישע שטעט. אַזױ האָט ער מרמז געװען אױף דעם אַלטן שם פֿון באַרדיטשעװ װי אַ שטאָט פֿון מאַכערס און שװינדלער.

איצט, אונטער דער סאָװעטישער שליטה, האָט באַרדיטשעװ באַקומען אַן אַנדער פּנים. די הענדלער און פֿאַבריקאַנטן זײַנען אַװעק, און אין זײערע הײַזער װױנען סאָװעטישע אַרבעטער. מען האָט געשאַפֿן נײַע סאָװעטישע לערן־אַנשטאַלטן אַנשטאָט חדרים. ייִדישע קינדער לערנען זיך לאַנדװירטשאַפֿט און אַנדערע ניצלעכע פֿאַכן. פֿעלדמאַן און ביט־יונאַן טײַטשן די דאָזיקע פֿאַרצײכענונגען אױס װי גראָסמאַנס בײַטראָג אין דער סאָװעטישער קאַמפּאַניע קעגן אַנטיסעמיטיזם. דערבײַ האָט גראָסמאַן אָבער געלאָזט פֿאַרשטײן, אַז אַנטיסעמיטישע שטימונגען בלײַבן נאָך אַלץ לעבעדיק אין דער סאָװעטישער געזעלשאַפֿט און מען דאַרף זײ באַקעמפֿן דורך פּראָפּאַגאַנדע.

דאָס צװײטע מאָל באַװײַזט זיך באַרדיטשעװ אין גראָסמאַנס דערצײלונג „אין דער שטאָט באַרדיטשעװ‟ (1934). די האַנדלונג קומט פֿאָר אין 1920 בעת דער מלחמה צװישן סאָװעטן־רוסלאַנד און פּױלן. די העלדין פֿון דער דערצײלונג איז אַ ניט־ייִדישע קאָמוניסטישע קאָמיסאַרקע אין דער רױטער אַרמײ מיטן נאָמען װאַװילאָװאַ. זי איז געװאָרן טראָגעדיק און איצט, װען עס קומט שױן צײַט צו גײן צו קינד, מוז זי בלײַבן בײַ אַ ייִדישער משפּחה אין באַרדיטשעװ. לכתּחילה זײַנען חיים־אבֿרהם מאַגאַזאַניק מיט זײַן פֿרױ בײלע און זיבן קינדער ברוגז מיט אַזאַ ניט-פֿאַרבעטענעם גאַסט פֿון דער רױטער אַרמײ, אָבער בהדרגה װערן זײ פֿרײַנד מיט װאַװילאָװאַ. די קאָמיסאַרקע װערט פֿאַרװאַנדלט אין אַ מאַמע, און בײלע לערנט זי װי אַזױ אויפֿצופּאַסן אויפֿן קינד.

אָבער די מלחמה גײט אָן, און װען דאָס רױטע מיליטער גײט דורך באַרדיטשעװ, קען װאַװילאָװאַ ניט אױסהאַלטן און באַשליסט מיטצוגיין מיט זײ, איבערלאָזנדיק דאָס קינד מיט דער ייִדישער משפּחה. צום שלוס זאָגט מאַגאַזאַניק: „אָט אַזאַ מין מענטש זײַנען אָ מאָל געװען אינעם ‘בונד’. דאָס זײַנען געװען אמתע מענטשן. און מיר — צי זײַנען מיר מענטשן? שטאַלמיסט!‟ בײלע איז די וועלכע באַשטימט טאַקע דעם גורל פֿון װאַװילאָװאַס קינד. זי הײסט איר מאַן אָנצוּװאַרעמען מילך פֿאַר אים.

לױט דער רעקאָמענדאַציע פֿון מאַקסים גאָרקי, דעמאָלט דעם סאַמע חשובֿן סאָװעטישן שרײַבער, איז די דאָזיקע דערצײלונג פֿאַרעפֿטנלעכט געװאָרן אין דער װיכטיקסטער סאָװעטישער ליטעראַרישער צײַטונג. די סאָװעטישע פּרעסע האָט געלױבט די דערצײלונג פֿאַרן אײגנאַרטיקן סיפּור־המעשׂה אָבער קריטיקירט װאָס דער אידעאָלאָגישער נמשל איז פֿאַרבליבן ניט קלאָר. סײַ װאַװילאָװאַ, װאָס האָט איבערגעלאָזט איר קינד כּדי זיך מקריבֿ צו זײַן פֿאַר דער סאָװעטישער מאַכט, סײַ די ייִדישע משפּחה, װאָס האָט גענומען איר זון פֿאַר אַן אײגן קינד, זײַנען לכאורה געװען גערעכט. גאַנץ מערקװירדיק איז דאָס, װאָס דער „בונד‟ װערט דאָ דערמאָנט פּאָזיטיװ, כאָטש צו יענער צײַט האָט דער „בונד‟ שױן באַקומען אַ שלעכטן שם אין דער אָפֿיציעלער סאָװעטישער געשיכטע. אין די שפּעטערע אױסגאַבעס פֿון דער דאָזיקער דערצײלונג װערט דער „בונד‟ מער ניט דערמאָנט.

אין די 1930ער יאָרן האָט גראָסמאַן געלעבט אין מאָסקװע אָבער ער האָט צו מאָל באַזוכט באַרדיטשעװ, װוּ עס איז פֿאַרבליבן זײַן מאַמע און אַנדערע קרובֿים. זײ זײַנען אַלע אומגעקומען אינעם חורבן, און גראָסמאַן האָט זיך ניט געקענט מוחל זײַן װאָס ער האָט ניט געהאַט גענומען די מאַמע צו זיך קײן מאָסקװע אײדער די דײַטשן האָבן פֿאַרכאַפּט באַרדיטשעװ. דאָס דאָזיקע שולדגעפֿיל, האַלטן אײניקע פֿרײַנד זײַנע, האָט איבערגעלאָזט שפּורן אין זײַנע ליטעראַרישע װערק, בפֿרט אין דער געשטאַלט פֿון דער עלטערער ייִדישער לערערין אינעם באַרימטן ראָמאַן „לעבן און גורל‟. דאָס איז אײנער פֿון די שטאַרקסטע ראָמאַנען װעגן דער מלחמה און דעם חורבן, און צוליב דעם איז דאָס בוך פֿאַרװערט געװאָרן דורך דער סאָװעטישער צענזור.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.