די אַרבע בנים פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוסThe Four Sons of the coronavirus
אַ פּירסום־קאַמפּאַניע גיט איבער וואָס די פֿיר מינים קינדער אין דער הגדה וואָלטן געפֿרעגט ווען זיי לעבן איצט איבער די מגפֿה.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די עקספּערטן פֿון פֿאָלקסגעזונט רעדן כּסדר וועגן cultural competency: כּדי אַ מענטש זאָל בעסער אויפֿכאַפּן דעם באַטײַט פֿון אינפֿאָרמאַציע וואָס מע וויל איבערגעבן, דאַרף מען ניט בלויז רעדן צו אים אויף אַן אופֿן וואָס ער פֿאַרשטייט, נאָר אויך אויף אַן אופֿן וואָס שטימט מיט זײַן וועלטבאַנעם.
קודם, דאַרף מען, לכל־הפּחות, כאָטש פֿאַרזיכערן, אַז ס׳איז גאָרנישט דאָ אין דער מעלדונג וואָס קאָן עמעצן באַליידיקן. מע וואָלט, למשל, ניט געלערנט קינדער אין אַ מוסולמעניש לאַנד וועגן נערונג און דיעטעס, דורכן ווײַזן זיי אַ ווידעאָ, אין וועלכן מע עסט חזיר־פֿלייש. דער מאַטעריאַל דאַרף זײַן צוגעפּאַסט צו די קולטורעלע באַדאַרפֿענישן פֿון יענע לייענער אָדער צוקוקער.

דאָס זײַן באַהאַוונט אין אַ קולטור איז וויכטיק ניט בלויז צוליב יענע זאַכן וואָס מע דאַרף אויסמײַדן, נאָר אויך אין דעם וואָס מע זאָל באַטאָנען. פּירסום־קאַמפּאַניעס וואָס פֿאַררופֿן זיך אויף ספּעציפֿישע קולטורעלע טראַדיציעס האָבן מער הצלחה בײַ עטנישע צי רעליגיעזע מינאָריטעטן ווי די, וואָס זענען געצילעוועט אויף אַן אַלגעמיינעם עולם.
לעצטנס האָט זיך באַוויזן אַ געראָטענע ייִדיש־שפּראַכיקע פּירסום־קאַמפּאַניע וועגן קאָראָנאַ־ווירוס, וואָס שילדערט וואָס די אַרבע בנים פֿון דער הגדה וואָלטן געפֿרעגט ווען זיי לעבן הײַנט איבער די מגפֿה.
אין דער רעקלאַמע שטייט:
חכם: מה הוא אומר (אַזוי זאָגט ער):
איך פֿאָלג די דאָקטוירים. ער בלײַבט אין דער היים און גייט נאָר אַרויס פֿאַר וויכטיקע זאַכן. ער מאַכט נישט קיין מנינים ווײַל ער פֿאַרשטייט אַז עס זענען דאָ קליגערע מענטשן פֿון אים. זײַטס ווי דער חכם — בלײַבט אין דער היים.
רשע מה הוא אומר: די דאָקטוירים ווייסן נישט וואָס זיי רעדן. איך וועל מיך ווײַטער דרייען צווישן מענטשן, ווײַטער מאַכן מנינים און שרײַען אויף דעם וואָס הייסט פֿאַרמאַכן די שילן. זײַטס ווי דער חכם — בלײַבט אין דער היים
תּם מה הוא אומר: קיינער שטאַרבט נישט. די עסקנים און די צײַטונגען בלאָזן סתּם אַזוי אויפֿן מצבֿ, קיינער איז נאָך נישט געשטאָרבן פֿון קאָראָנע.
זײַטס ווי דער חכם — בלײַבט אין דער היים
שאינו יודע לשאול מה הוא אומר. וואָס איז קאָראָנע?ער האָט קיינמאָל נישט געהערט אַז מען דאַרף בלײַבן אין דער היים. ער ווייסט נישט פֿאַר וואָס די שילן זענען פֿאַרשפּאַרט. זײַטס ווי דער חכם — בלײַבט אין דער היים
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
