Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

כ׳בענק נאָך דער משפּחה אָבער אַ דאַנק דעם שפּיל — לאַך איך ווידערI miss my family but this game’s making me laugh again

ווען מע טאָר זיך נישט טרעפֿן מיט די אייניקלעך, דאַרף מען עפּעס אַחוץ „זום‟־שמועסן צו פֿאַרטרײַבן די מרה־שחורה (מיט אוידיאָ).

מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.

ווי אַ סך מענטשן וואָס האַלטן זיך זייער נאָענט מיט דער משפּחה, זענען די קאָראָנאַ־ווירוס־תּקנות זיך אָפּצוזונדערן פֿון די קינדער און אייניקלעך בײַ מיר אַ באַזונדער גרויסער קלאַפּ — בפֿרט נאָך דעם ווי מײַן מאַן, לייבל, מיט מיר האָבן זעקס חדשים לאַנג גענאָסן פֿון אַ זאַך וואָס אַ סך באָבעס און זיידעס וואָלטן אונדז זיכער מקנא געווען: דרײַ דורות אונטער איין דאַך.

דעם פֿאַרגאַנגענעם האַרבסט, ערבֿ־סוכּות, האָט אונדזער זון, נפֿתּלי, מיט אונדזער שנור, יסכּה, זיך אַרײַנגעצויגן צו אונדז אין הויז אין דער ניו־יאָרקער פֿאָרשטאָט יאָנקערס, מיט זייער ייִנגעלע, לייזערל, וואָס איז דעמאָלט געווען דרײַ חדשים אַלט. הגם אַזאַ אַראַנזשירונג איז נישט אָנגענומען אין אַמעריקע — אַ לאַנד וווּ דאָס אידעאַלע הויזגעזינד באַשטייט פֿון בלויז טאַטע־מאַמע און זייערע קינדער — האָט זיך עס גוט צוגעפּאַסט צו אונדזער לעבן־שטייגער. לייבל, נפֿתּלי און יסכּה האָבן אַלע געאַרבעט פֿון דער היים, האָבן זיי זיך געטיילט מיטן היטן דאָס קינד. צוויי מאָל אַ וואָך, אַז איך בין אַהיימגעקומען פֿונעם פֿאָרווערטס־ביוראָ, האָט אויף מיר געוואַרט אַ היימיש געקאָכטע וועטשערע, און צוויי אַנדערע אָוונטן פֿון דער וואָך איז געווען מײַן ריי צו קאָכן פֿאַר דער משפּחה. אַלע האָבן זיך געטיילט מיטן אײַנקויפֿן.

און ווען נפֿתּלין און יסכּהן האָט זיך פֿאַרגלוסט צו פֿאָרן אין קינאָ אָדער סתּם גיין עסן אײַזקרעם צוזאַמען, זענען לייבל און איך גערן געבליבן אין דער היים מיטן קינד.

הגם ס׳איז נישט תּמיד געווען גרינג — לייזערל האָט אַ מאָל געוויינט בײַ נאַכט; דאָס רפֿואות־שענקל איז געווען אַזוי אָנגעפּאַקט אַז מע האָט קוים געקענט געפֿינען וואָס מע זוכט; און ס׳איז נישט תּמיד געווען גרינג צו געפֿינען אַ שטיל, פּריוואַט אָרט — האָבן די מעלות שטאַרק איבערגעווויגן די חסרונות. יסכּה און איך האָבן זיך געטיילט מיט רעצעפּטן און מיט אונדזערע קליידער. נפֿתּלי און יסכּה האָבן הייס דעבאַטירט מיט לייבלען וועגן זײַנע פּאָליטיש קאָנסערוואַטיווע מיינונגען, כאָטש קיינער איז קיין מאָל נישט אין כּעס געוואָרן. אין די אָוונטן האָבן מיר געקוקט אויף „נעטפֿליקס‟־פּראָגראַמען אין איינעם און פֿון צײַט צו צײַט הנאה געהאַט פֿון אַ פּיצע וואָס מיר האָבן באַשטעלט פֿון געשעפֿט.

Image by Rukhl Schaechter

דאָס בעסטע איז אַוודאי געווען דאָס האָבן לייזערל דאָ אין שטוב: זען זײַן שפּרודלדיקן שמייכל גלײַך נאָכן אויפֿוועקן זיך; דאָס פֿאָרזינגען פֿאַר אים ייִדישע קינדערלידער ווי „פּאַטשי פּאַטשי קיכעלעך‟, אָדער זײַן פֿריילעך צוקריכן צו מיר ווען איך האָב אויסגערופֿן זײַן נאָמען.

און פּלוצלינג, אין מיטן העלן טאָג, האָט זיך אַרײַנגעריסן דער קאָראָנאַ־ווירוס.

צוליב דעם וואָס לייבל און איך זענען עלטער פֿון 60 יאָר אַלט, האָבן מיר גלײַך פֿאַרשטאַנען אַז מיר דאַרפֿן זיך האַלטן אָפּגעזונדערט פֿון לייזערל, ווי אויך פֿון די צוויי קינדערלעך פֿון אונדזער זון, מנחם־יאַנקל, און שנור עמילי, וואָס וווינען אין וואַשינגטאָן הײַטס, צפֿון־מאַנהעטן. מיר האָבן זיך ספּעציעל געהיט ווײַל צווישן די ערשטע מענטשן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן וואָס מיר ווייסן אַז זיי האָבן זיך אָנגעשטעקט פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס זענען געווען אַ תּלמידה אין דער „עס־איי־אַר‟ מיטלשול, וואָס געפֿינט זיך נאָענט צו אונדזער שטוב, און איר ברודער, אַ סטודענט אין ישיבֿה־אוניווערסיטעט — וואָס געפֿינט זיך אין וואַשינגטאָן הײַטס.

האָבן מיר זיך פֿאַרשפּאַרט אין הויז, און בלויז אַרויסגעגאַנגען איין מאָל אַ טאָג אויף אַ קורצן שפּאַציר און 1־2 מאָל אַ וואָך — אײַנגעקויפֿט עסן אין שפּײַזקראָם גאַנץ פֿרי, ווען עס געפֿינען זיך דאָרט ווייניק קונים.

צוויי טעג נאָך פּורים, האָבן נפֿתּלי און יסכּה אונדז געגעבן די אַנטוישנדיקע בשׂורה אַז זיי קלײַבן זיך דערווײַל איבער אין אַן אַנדער שטאַט ביז די סכּנה וועט איבערגיין. „כ׳האָב אַ חשד אַז ס׳וועט נאָך ווערן אַ קאַטאַסטראָפֿע אין ניו־יאָרק,‟ האָט יסכּה באַמערקט. דעמאָלט האָט זיך מיר געדאַכט אַז זי טרײַבט איבער אָבער, קוקנדיק צוריק, חידוש איך זיך וואָס מײַן שנור האָט שוין דעמאָלט פֿאַרשטאַנען די ערנסטקייט פֿון דער מגפֿה. זי און נפֿתּלי האָבן איבערגעקוקט די בילדער פֿון הײַזער אויף דער AirBnB־וועבזײַט און געפֿונען אַ רחבֿותדיק הויז לעבן אַ וועלדל אין מאַסאַטשוסעטס. דעם צווייטן טאָג האָבן זיי פֿאַרשנאָלט לייזערל אין זײַן זיצעלע אין אויטאָ און אײַנגעפּאַקט זײַן פּאָרטאַטיווע וויג און וועגעלע אין באַגאַזשניק.

„מיר פֿאָרן דערווײַל אויף צוויי וואָכן,‟ האָט יסכּה געזאָגט. „אָבער אויב דער מצבֿ אין ניו־יאָרק ווערט אַ סך ערגער…‟

„אַוודאי,‟ האָב איך געענטפֿערט, פּרוּוונדיק צו באַהאַלטן מײַן אַנטוישונג.

ווידער איז אונדזער הויז געוואָרן אַ ליידיקע נעסט. לייבל און איך האָבן זיך אַרײַנגעטאָן אין דער אַרבעט. מיר האָבן נישט געוואָלט קלערן וועגן דער מעגלעכקייט אַז מיר וועלן חדשים, און אפֿשר יאָרן לאַנג נישט קענען פֿאַרברענגען מיט אונדזערע אייניקלעך. פֿון צײַט צו צײַט זענען מיר געשטאַנען טרערן אין די אויגן אָדער כ׳בין געלעגן אין בעט אין מיטן נאַכט און נישט געקענט קיין אויג צומאַכן. כ׳האָב געבענקט נאָך לייזערלס אַוואָקאַדאָ־באַשמירט פּנימל ווען ער האָט זיך אײַנגעשפּאַרט, אַז ער וויל עסן אַליין. כ׳האָב געבענקט נאָך די אָוונטן וואָס מיר זענען געזעסן אויף דער סאָפֿע מיט אַ זאַק טשיפּקעלעך, קוקנדיק ווידער אויף אַ באַליבטן קאַפּיטל „שטיסל‟.

כּדי זיך אויפֿצומינטערן האָב איך אָרגאַניזירט אַ „זום‟־טרעפֿונג מיט אונדזערע דרײַ זין, צוויי שנורן און דרײַ אייניקלעך. כאָטש ס׳איז געווען שיין צו זען אַלע פּנימער בין איך נאָך דער טרעפֿונג געבליבן פּונקט אַזוי טרויעריק ווי פֿריִער.

דערנאָך איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַנשטאָט סתּם פֿירן אַ שמועס דורך „זום‟, זאָלן מיר וואַרטן ביז די קינדער שלאָפֿן אײַן און אויספּרוּוון אָנלײַן אַ שפּיל וואָס מיר שפּילן אָפֿט ווען מיר טרעפֿן זיך בײַ אונדז אין שטוב: „ווערטערבוך‟. מיר האָבן שטאַרק הנאה דערפֿון און די כּללים זענען גרינגע.

איין מענטש, דער „אויסקלײַבער‟, זוכט אויס אַ וואָרט אין אַ ווערטערבוך וואָס איז אַלע שפּילער אומבאַקאַנט. ער זאָגט אויס בלויז דעם וואָרטקלאַס (צי ס׳איז אַ סובסטאַנטיוו, ווערב אָדער אַדיעקטיוו). מע קען ניצן אַן אמת ווערטערבוך אָדער זוכן ווערטער אויף די אינטערנעץ־זײַטן „זעלטענע ווערטער‟ אָדער „ווייניק באַקאַנטע ווערטער‟. יעדער שפּילער דאַרף אויסטראַכטן אַ דעפֿיניציע פֿון דעם וואָרט און עס איבערשיקן דעם „אויסקלײַבער‟ וואָס לייענט אויף אַ קול אַלע פֿאַלשע דעפֿיניציעס, ווי אויך די ריכטיקע. בײַם סוף דאַרפֿן די שפּילער אָפּשטימען, וועלכע דעפֿיניציע איז די ריכטיקע.

יעדער שפּילער וואָס טרעפֿט די ריכטיקע דעפֿיניציע באַקומט אַ פּונקט. אויב קיינער טרעפֿט נישט די ריכטיקע, פֿאַרדינט דער „אויסקלײַבער‟ אַ פּונקט. (בײַ אונדז קריגט אַ פּונקט אויך יעדער שפּילער וואָס נאַרט אָפּ אַ צווייטן מיט זײַן פֿאַלשער דעפֿיניציע.)

דעם צווייטן אויפֿדערנאַכט האָבן מיר זיך ווידער פֿאַרזאַמלט אויף „זום‟, דאָס מאָל — כּדי צו שפּילן „ווערטערבוך‟. איך בין געווען דער ערשטער. דאָס וואָרט וואָס איך האָב אויסגעקליבן איז געווען plisky, אַ סובסטאַנטיוו. אַלע האָבן מיר צוגעשיקט אַ טעקסטל מיט זייערע אויסגעטראַכטע דעפֿיניציעס. לייענענדיק אויף אַ קול די רשימה דעפֿיניציעס האָב איך זיך באַמיט מיט אַלע כּוחות אײַנצוהאַלטן מײַן געלעכטער. כאָטש אַ טייל פֿון די דעפֿיניציעס זענען געווען אינטעליגענטע און געקלונגען ווי זיי וואָלטן געקאָנט זײַן די ריכטיקע, זענען אַנדערע געווען אַזוי שלעכט אָנגעשריבן אָדער אַזוי קינדעריש אַז אין גיכן האָבן מיר זיך אַלע געקאַטשעט פֿון געלעכטער.

Image by Rukhl Schaechter

ערשט דעמאָלט האָב איך זיך געכאַפּט אַז דאָס איז געווען צום ערשטן מאָל זינט נפֿתּלי, יסכּה און לייזערל זענען אַוועק, וואָס איך האָב באמת האַרציק געלאַכט. במשך פֿון דער אַנדערטהאַלבן שעה וואָס מיר האָבן געשפּילט „ווערטערבוך‟ זענען מיר דער טרויער, די זאָרג און דער שרעק פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿינעף וואָכן נעלם געוואָרן. נאָך מער: דער שמייכל האָט נישט פֿאַרלאָזט מײַן פּנים אַ גאַנצע נאַכט.

דעם צווייטן אינדערפֿרי, שמועסנדיק טעלעפֿאָניש מיט יסכּהן, האָט זי געזאָגט: „זאָלסט וויסן, ווען איך האָב זיך הײַנט אויפֿגעוועקט, האָב איך געזאָגט נפֿתּלין אַז נעכטן ווען מיר האָבן געשפּילט ׳ווערטערבוך׳ איז בײַ מיר געווען דער גליקלעכסטער אָוונט זינט ס׳האָט זיך אָנגעהויבן דער קאַראַנטין.‟

זינט דעמאָלט שפּילן מיר שוין יעדע וואָך דאָס „ווערטערבוך‟־שפּיל. כאָטש איך בענק ווײַטער נאָך נפֿתּלי און יסכּה און בפֿרט נאָכן טראָגן לייזערל אין די הענט, האָט דאָס שפּיל אונדז געהאָלפֿן, מיר זאָלן זיך ווידער פֿילן װי אַ משפּחה.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version