ווידעאָ: „גייען מיר שפּאַצירן“ געזונגען פֿון זיק לעוויןWATCH: “We’re going walking’’, sung by Zeke Levine
הערט דאָס ליבעליד פֿון רות רובינס רעפּערטואַר מיט אַן אַמעריקאַנער מוזיקאַלישן טעם.
ווען לאָרין סקלאַמבערג און עלינאָר ביזונסקי האָבן לאַנצירט דעם אינטערנעץ־אַרכיוו פֿון רות רובינס לידער, האָבן זיי ביידע אויסגעדריקט די האָפֿענונג, אַז די זאַמלונג וועט אינספּירירן מוזיקער צו שאַפֿן נײַע נוסחאָות פֿון אירע לידער. און אַזוי איז טאַקע געשען. זינט די וועבזײַט האָט דעבוטירט אין 2018 האָבן זינגער פֿון איבער דער וועלט רעקאָרדירט לידער פֿון רובינס אַרכיוו אויפֿן סמך פֿון דער זאַמלונג.
לעצטנס האָט זיק לעווין, אַ יונגער מוזיקער און מוזיקאָלאָג וואָס לערנט זיך אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט און שרײַבט זײַן דאָקטאָראַט וועגן דעם ייִדישן פֿאָלקסליד אין דער צווייטער העלפֿט 20סטן יאָרהונדערט, אַרויסגעלאָזט אַ פּרעכטיקן נוסח פֿון ”גייען מיר שפּאַצירן“, אַ ליבעליד פֿון רובינס רעפּערטואַר. מע קען הערן ווי רובין זינגט דאָס ליד דאָ.
להיפּוך צו ס׳רובֿ ייִדישע זינגער מחוץ דער חסידישער וועלט, וואָס שטרעבן צו זינגען אויף אַ טראַדיציאָנעלן אופֿן, וועבט לעווין אַרײַן אין זײַן נוסח פֿון ”גייען מיר שפּאַצירן“ אַ בפֿירוש צפֿון־אַמעריקאַנער מוזיקאַלישן צוגאַנג, וואָס דערמאָנט שטאַרק אינעם אַמעריקאַנער פֿאָלקראָק.
אין אַנדערע לידער, וועבט לעווין אַרײַן די אַמעריקאַנער בלוז־מוזיק, נוסח The Grateful Dead אין אַזעלכע ייִדישע לידער אַזוי ווי ”מײַן רוע־פּלאַץ“.
לויט מײַן קנאַפּן פֿאַרשטאַנד פֿון דער מוזיק־טעאָריע וואָלט אַזאַ קאָמבינאַציע געדאַרפֿט קלינגען אַבסורד, אָבער אַז מע הערט זיך צו צו לעווינס רעקאָרדירונג, קען זיך דאַכטן, אַז טאַקע אַזוי דאַרף מען זינגען דאָס ליד, און אין פֿאַרגלײַך מיט דעם איז די אָריגינעלע מעלאָדיע עפּעס אַלט־פֿרענקישס. אין דער אמתן, זענען אָבער ביידע נוסחאָות כּדאַי ווײַטער צו זינגען. בקיצור, מיט זײַן צוגאַנג העלפֿט לעווין ניט בלויז אָנצוהאַלטן די טראַדיציאָנעלע ייִדישע מוזיק, נאָר זי צו דערפֿרישן און אַרײַנצוגעבן אין איר אַ נײַעם גײַסט.
טאָמער האָט מען פֿריִער ניט געהערט דאָס ליד, אָט זענען די ווערטער:
גייען מיר שפּאַצירן
אין דעם גרויסן וואַלד
אוי אוי דושע לעבן, ס׳איז מיר זייער זייער קאַלט
אוי אוי דושע לעבן, ס׳איז מיר זייער זייער קאַלט
ער האָט מיך אָנגעהויבן אײַנצווויקלען און אײַנצוהילן
אוי אוי דושע לעבן, שווער אַ ליבע צו שפּילן
אוי אוי דושע לעבן, שווער אַ ליבע צו שפּילן
גייען מיר שפּאַצירן
אין דעם וואַלד, דעם גרינעם
אוי אוי דושע לעבן, ס׳איז שוין באַלד באַגינען
אוי אוי דושע לעבן, ס׳איז שוין באַלד באַגינען
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor