מוזיק־ווידעאָ: „זאָל זײַן“ געזונגען פֿון יוני אילתMusic Video: “Zol zayn”, sung by Yoni Eilat
יוסף פּאַפּיערניקאָווס אידעאַליסטיש ליד בינדט צונויף דעם אַמאָל מיטן הײַנט.
שוין אַ פּאָר יאָר קען איך יוני אילתן, און מיר איז שטענדיק אַ הנאה צו הערן פֿון אים, אַז ער האָט עפּעס נײַס געשאַפֿן.
יוני אילת האָט זיך לכתּחילה פֿאַראינטערעסירט אין ייִדיש צוליב אַן אומבאַקוועמער איבערלעבונג אויף חוה אַלבערשטיינס אַ קאָנצערט. אַז אַלבערשטיין האָט אָנגעהויבן זינגען אויף ייִדיש אַנשטאָט העברעיִש, האָבן געוויסע מענטשן אין עולם אָנגעהויבן זי אויספֿײַפֿן. אילת איז ניט געפֿעלן געוואָרן, וואָס מע האָט זיך מיט ביטול באַצויגן סײַ צו דער גרויסער זינגערין, סײַ צו איר מאַמע־לשון. האָט ער באַשלאָסן בײַ זיך אויסצולערנען ייִדיש.
צוליב אַזאַ אָנהייב פֿון זײַן באַציִונג מיט ייִדיש איז עס קיין חידוש ניט, וואָס אילתס קינסטלערישע מיסיע איז צו דערנענטערן די ישׂראלדיקע און ייִדישע קולטורן. אַחוץ זײַן אַרבעט ווי אַן אַקטיאָר און רעזשיסאָר בײַם ייִדישפּיל־טעאַטער, וווּ ער שטעלט פֿאָר אַ סך פּיעסעס געשאַפֿן לויטן געשמאַק פֿונעם יונגן ישׂראלדיקן עולם, זעצט ער איבער און זינגט גאַנצע אַלבאָמען פּאָפּולערע ישׂראלדיקע לידער אויף ייִדיש, און זעצט אויך איבער ייִדישע לידער אויף העברעיִש.
לעצטנס האָט אילת אַרויסגעלאָזט צוויי נוסחאָות פֿון יוסף פּאַפּיערניקאָווס ליד „זאָל זײַן“, איינער אויף ייִדיש און איינער אויף העברעיִש אין אילתס איבערזעצונג. דאָס ליד איז אַ פּאַסיקער פֿאַר אילת: פּאַפּיערניקאָוו האָט זיך באַזעצט אין ישׂראל אין 1924 צו 27 יאָר און דאָרטן געוווינט ביז ער איז אַוועק אין 1993. כאָטש זײַנע לידער זענען אויך געווען פּאָפּולער אין פּוילן, איז ער בעצם געווען אַ ישׂראלדיקער דיכטער וואָס האָט געשריבן אויסשליסלעך אויף ייִדיש, אַ כּמעט־אוניקאַלער פֿענאָמען פֿאַר די 1950ער יאָרן. פּאַפּיערניקאָוו האָט בײַם סוף פֿון זײַן לעבן זיך באַפֿרײַנדעט מיט חוה אַלבערשטיין, וואָס האָט ווידער פּאָפּולאַריזירט זײַן סאַמע באַקאַנטסטע ליד „זאָל זײַן“ און עס אָפֿט געזונגען אויף אירע קאָנצערטן. הייסט עס, אַז מיטן אַרויסלאָזן דאָס ליד אויף ייִדיש און העברעיִש, איז אילת געקומען full circle ווי מע זאָגט אין אַמעריקע, דאָס הייסט, צוריק צום בראשית.
דער מוזיק־ווידעאָ לעבט אויף דעם אידעאַליסטישן גײַסט פֿון פּאַפּיערניקאָווס ליד און בינדט צונויף דעם אַמאָל, אינעם געשטאַלט פֿון ייִדישע ביכער, מיטן הײַנט פֿאַרקערפּערט דורך די מאָדערנע טענצער.
דעם העברעיִשן נוסח פֿונעם ליד קען מען הערן דאָ:
.
A message from Forverts editor Rukhl Schaechter
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.
In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.
Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor