Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

װי פּאָליטיש זײַנען ייִדישע לימודים?How political are Yiddish studies?

עדי מהלאלס פֿאָרש־אַרטיקל טענהט אַז נעאָ־קאָנסערוואַטיווע ליטעראַטור־פֿאָרשער טײַטשן אָפֿט אויס די ייִדישע ליטעראַטור לויט זייער אייגענעם קוקווינקל.

די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור איז געװען פּאָליטיש אַנגאַזשירט פֿון די סאַמע ערשטע יאָרן. ייִדיש איז געװען אַ כּלי, װאָס סײַ די חסידים סײַ די משׂכּילים האָבן גענוצט אין זײער קאַמף אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט.

דערנאָך איז ייִדיש אָנגענומען געװאָרן דורכן ייִדישן אַרבעטער־בונד אין זײער קאַמף קעגן ציונסטן. אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד איז ייִדיש דערקלערט געװאָרן ווי „די‟ ייִדישע שפּראַך, אַנטקעגן העברעיִש, װאָס איז געװאָרן טריף־פּסול װי די שפּראַך פֿון רעליגיע און ציוניזם. אין דעם ייִדישן ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל איז ייִדיש באַצייכנט געװאָרן װי די ירושה־שפּראַך פֿון „גלות‟, װאָס האָט ניט קײן אָרט אין דער קומעדיקער העברעיִש־רעדנדיקער מדינה. דער פּאָליטישער קאַמף איז אַלע מאָל אַ קאַמף פֿאַר מאַכט. ייִדיש איז קײן מאָל ניט געװען די שפּראַך פֿון דער מאַכט גופֿא, אָבער מען האָט אים צו מאָל יאָ גענוצט כּדי צו װײַזן אײגענע ניצלעכקײט פֿאַר דער מלוכישער מאַכט. דאָס האָבן געטאָן משׂכּילים אין רוסלאַנד און עסטרײַך, סאָװעטישע ייִדישע קאָמוניסטן, װי אױך די אַמעריקאַנער נעאָ־קאָנסערװאַטיוון.

עדי מהלאלס אַרטיקל „ייִדיש, װיסנשאַפֿט און נעאָ־קאָנסערװאַטיזם‟, װאָס איז דערשינען אינעם אַפּריל־נומער פֿונעם אַקאַדעמישן זשורנאַל „אײ־דזשײ־עס רעװיו‟, איז געװידמעט אָט דעם אײגנאַרטיקן פֿענאָמען פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור. נאָכן חורבן, שרײַבט מהלאל, איז אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער סבֿיבֿה אױפֿגעקומען אַ נײַער אידעאָלאָגישער שטראָם, װאָס האָט זיך אַליִיִרט מיטן רעכט־קאָנסערװאַטיװן פֿליגל פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק קעגן ייִדישע סאָציאַליסטן און קאָמוניסטן. זײ זײַנען געװען הײסע אַמעריקאַנער פּאַטריאָטן, שטיצער פֿון ישׂראל, און קעגנער פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. אַלײן זײַנען זײ געװען װעלטלעך, אָבער זײ האָבן געשעצט רעליגיע װי אַ יסוד פֿון טראַדיציאָנעלע מאָראַלישע װערטן. זײער דרוק־אָרגאַן זינט די 1960ער יאָרן איז געװען דער חודש־זשורנאַל „קאָמענטאַרי‟, און זײער שטים איז געװאָרן ספּעציעל הילכיק אָנהײבנדיק סוף־1960ער יאָרן.

אײניקע אָנהענגער פֿון דער נעאָ־קאָנסערװאַטיװער אידעאָלאָגיע האָבן גענוצט ייִדיש, האַלט מהלאל, כּדי צו „לעגיטימיזירן זײערע פּראָ־קאַפּיטאַליסטישע פּראָגראַם דורך שאַפֿן אַ געפֿיל, אַז עס זײַנען דאָ בשותּפֿותדיקע ייִדישע מאָראַלישע װערטן‟. צוליב דעם האָבן זײ פֿאָרגעשטעלט זײערע אױסטײַטשונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור װי רײן אַקאַדעמישע און פּאָליטיש פּאַרעװע. מהלאלס טענהט אַז די דאָזיקע אױסטײַטשונגען זײַנען געװען פּאָליטיש אַנגאַזשירט. צו מאָל זײַנען זײ געגאַנגען אַנטקעגן דעם אינהאַלט פֿונעם טעקסט און די כּװנות די פֿון מחברים.

מהלאל ברענגט אַ רײ בײַשפּילן צו װײַזן, װי אַזױ די קאָנסערװאַטיװע ליטעראַטור־קריטיקער האָבן געשילדערט געוויסע העלדן בײַ שלום־עליכמען און יצחק לײבוש פּרצן לויט זײערע אייגענע פּאָליטישע ווערטן. ער פֿירט דעם אינטעלעקטועלן ייִחוס פֿון אַמעריקאַנער ייִדישן נעאָ־קאָנסערװאַטיזם צוריק צו דעם ייִדישן פֿאָרשער זעליק קלמנאָװיטש, װאָס האָט געאַרבעט אין װילנער ייִװאָ. פֿון אים האָט די דאָזיקע אידעען איבערגענומען לוסי דאַװידאָװישט, דעמאָלט אַ יונגע אַמעריקאַנער אַספּיראַנטקע, װאָס האָט פֿאַרבראַכט אַ יאָר אין װילנע ערבֿ דער צװײטער װעלט־מלחמה. דאַװידאָװיטש האָט װײַטער איבערגעגעבן די דאָזיקע אינטעלעקטועלע ירושה צו פֿראָפֿעסאָר רות װײַס, װעלכע האָט לאַנגע יאָרן פֿאַרנומען די קאַטעדרע פֿאַר ייִדיש אינעם האַרװאַרד־אוניװערסיטעט.

װײַס האָט געהאַט א היפּשע השפּעה אױף דער אױפֿנאַמע פֿון ייִדיש אין אַמעריקע. זי האָט אױפֿגעבױט אַן אײגענעם ייִדישן ליטעראַרישן קאַנאָן, װאָס האָט צו מאָל באַטאָנט קאָנסערװאַטיװע װערטן. לויט מהלאל האָט װײַס געשילדערט טבֿיה ווי „אַן עלטער־זײדע פֿון נעאָקאָנסערװאַטיזם‟. װײַסעס אױסטײַטשונגען פֿון ייִדישע טעקסטן זײַנען אָפֿט מאָל שאַרפֿזיניק און אָריגינעל, אָבער זײ זײַנען אַ מאָל פּאָלעמיש געצילט קעגן די פֿאַרשפּרייטע „לינקע‟ אָדער „פּראָגרעסיװע‟ אינטערפּרעטאַציעס פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער ירושה.

מהלאל האָט אָנגעהױבן אַ װיכטיקן שמועס װעגן פּאָליטיק אין ייִדישער פֿאָרשונג. פּאָליטיק איז אַ מין זאַלץ און פֿעפֿער, װאָס מאַכט אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען אַקטועל און הײַנטצײַטיק פֿאַרן ברײטערן עולם. די נעאָ־קאָנסערװאַטיוון, און קודם־כּל רות װײַס, פֿאַרדינען אַ ייִשר־כּוח פֿאַר דעם אַלײן, װאָס זײ האָבן פּראָװאָצירט פֿרישע סיכסוכים אַרום דער ייִדישער ליטעראַטור. מהלאלס אײגענע אידעאָלאָגישע פּאָזיציע אינעם דאָזיקן סיכסוך איז גאַנץ קלאָר. ער שטײט פֿעסט אױף דער לינקער זײַט און פֿאַרטײדיקט די אינטעלעקטועלע ירושה פֿון דער סאָציאַליסטישער און קאָמוניסטישער ייִדישער קריטיק.

די דאָזיקע ירושה, װען מען נעמט זי אין אַ ברײטערן פֿאַרנעם, איז װײַט ניט אײנדײַטיק. איך װאָלט געטענהט, װי פּאַראַדאָקסאַל עס זאָל ניט קלינגען, אַז די אַמעריקאַנער ייִדישע נעאָ־קאָנסערװאַטיוון זײַנען טאַקע זײַטיקע יורשים פֿון סאָװעטישע מאַרקסיסטישע קריטיקער פֿון די 1940ער יאָרן. אַװדאי האָבן די אַמעריקאַנער, אַזױ צו זאָגן, „פֿאַרביטן די יוצרות‟, איבערגעניצעװעט די אַלטע מאַרקסיסטישע ליטעראַרישע טעאָריע פֿון לינקס אױף רעכטס. אָבער װאָס שײך דער פֿאָרם און לאָגיק פֿון זײערע אַרגומענטן זײנען די בײדע שיטות גאַנץ ענלעך. ערשטנס, האָבן זײ בײדע פּאָליטישע מאָטיװאַציעס, װאָס זײ שטעלן פֿאָר װי אָביעקטיװע װיסנשאַפֿט. זײ באַהאַנדלען ליטעראַטור װי אַ כּלי אינעם פּאָליטישן קאַמף. צװײטנס, װילן סײַ די, סײַ יענע אַז זײער קריטישע אַרבעט זאָל שטימעןמיט די „הױכע פֿאַנצטער‟ פֿון דער מאַכט, צי עס רעדט זיך פֿון סאָװעטישע צי אַמעריקאַנישע.

אינטערעסאַנט איז, אַז די סאָװעטישע ייִדישע פֿאָרשער און ליטעראַרישע קריטיקער זײַנען טאַקע געװען ראַדיקאַל מאַרקסיסטיש אין די 1920ער יאָרן, אָבער צום סוף פֿון די 1930ער יאָרן זײַנען זײ בהדרגה אַריבער אױף מער קאָנסערװאַטיװע פּאָזיציעס. עס זײַנען געװען פֿאַרשידענע סיבות דערפֿאַר. ערשטנס איז דער סאָװעטישער רעזשים גופֿא געװאָרן מער קאָנסערװאַטיװ אונטער סטאַלינען. מען האָט באַטאָנט דעם סאָװעטישן פּאַטריאָטיזם און די טראַדיציאָנעלע משפּחה־װערטן. די ייִדישע אינטעליגענץ האָט געדאַרפֿט זיך צופּאַסן צו דער דאָזיקער טענדענץ. דערצו נאָך האָבן די ייִדישע ליטעראַטן דערזען, אַז צוליב דער אַקטיװער אַסימילאַציע פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער באַפֿעלקערונג גייט ייִדיש ממש אונטער. אין תּוך גענומען, זײַנען די סיבות פֿאַר דעם דאָזיקן קאָנסערװאַטיװן קער אין דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור סוף–1930ער יאָרן ענלעך צו די, װאָס האָבן גורם געװען דעם נעאָ־קאָנסערװאַטיװן קער אין אַמעריקע אין די 1960ער–1980ער יאָרן.

עס איז מערקװירדיק, אַז אַפֿילו אײניקע פֿון װײַסעס פּירושים פֿון דער ייִדישער קלאַסישער ליטעראַטור דערמאָנען אַ ביסל אָן סאָװעטישע אױסטײַטשונגען. מהלאל שרײַבט, למשל, אַז װײַס לײקנט אָפּ טבֿיהס סימפּאַטיעס פֿאַר סאָציאַליסטן. זי מאָלט אים אױס װי אַ „ציוניסטישן פּראָטאָטיפּ, װאָס איז געטרײַ איבערגעגעבן זײַן פֿאָלק.‟ גאַנץ ענלעך איז געװען די אָפּשאַצונג פֿונעם סאָװעטישן מאַרקסיסטישן קריטיקער מאיר װינער וואָס האָט געשריבן: „אין טבֿיה איז פֿאַרקערפּערט די מאַסע פֿונעם פֿאָלק אין אַלגעמײנסטן פֿאַרנעם — אָבער פֿאָרט ניט, למשל, יענע מענטשן אינעם פֿאָלק, װאָס גײען אין סאַמע פֿאָרנט.‟ סײַ װינער און סײַ װײַס פּרוּװן צופּאַסן שלום עליכם צו דער הערשנדיקער פּאָליטישער אַטמאָספֿער. צוליב דעם האָט װינער באַטאָנט טבֿיהס פֿאָלקסטימלעכקײט, װאָס מען האָט דעמאָלט אָפּגעשאַצט פּאָזיטיװ אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. אַנדערש װי װינער װיל װײַס באַטאָנען טבֿיהס סימפּאַטיע צו ציוניזם. בײדע קריטיקער זײַנען אָבער אײנשטימיק, אַז טבֿיה איז אַ מוסטער פֿון אַ פֿאָלקסמענטש מיט קאָנסערװאַטיװע װערטן.

אין סאָװעטן פֿאַרבאַנד האָט די קולטור בכּלל, און די ייִדישע קולטור בפֿרט, געדינט װי אַ מיטל פֿאַר פּאָליטישע צװעקן. ליטעראַטור שפּילט אַזאַ פֿונקציע אױך פֿאַר די אַמעריקאַנער נעאָ־קאָנסערװאַטיוון. דערבײַ איז די סתּירה צװישן די לינקע און די רעכטע ניט זײער װיכטיק. נאָך מער, די פּאָליטישע אָריענטאַציע קען זיך צו מאָל ענדערן מיט דער צײַט. אײניקע אַמעריקאַנער נעאָ־קאָנסערװאַטיוון זײַנען יונגערהייט געװען גאַנץ לינק פּאָליטיש. זײערע פּאָליטישע פּרינציפּן האָבן זיך שפּעטער געביטן, אָבער צוך טייל איז זײער קוק אױף קולטור װי אַן אינסטרומענט אינעם אידעאָלאָגישן געראַנגל פֿאַרבליבן.

מהלאל איז גערעכט, אַז ליטעראַרישע קריטיק און װיסנשאַפֿט קען ניט זײַן פּאָליטיש נײטראַל. מען לײענט אַלטע ליטעראַרישע װערק כּסדר איבער פֿון אַ געװיסן אַקטועלן פּאָליטישן קוקװינקל. פּאָליטיק איז אַ פֿליסיקע סובסטאַנץ, און די האַרטע אידעאָלאָגישע פּאָזיציעס פֿון „לינקס‟ און „רעכטס‟ זײַנען צו מאָל ניט אַזױ װײַט אין פּראַקטיק װי מען האַלט אין טעאָריע. מען האָט גענוצט ייִדיש צוליב פֿאַרשידענע אידעאָלאָגישע צװעקן, און האָפֿנטלעך װעט מען עס טאָן װײַטער, װײַל דאָס מאַכט ייִדיש־קולטור לעבעדיק און רעלעװאַנט פֿאַר עניני־דיומא. פֿון דעסט וועגן דאַרפֿן פֿאָרשער ניט צופּאַסן זײער אױסטײַטשונג פֿון ייִדישער קולטור צו די אינטערעסן פֿון אַ פּאָליטישער מאַכט, װאָס זיצט אין װאָסער ניט איז מלוכישע „הױכע פֿענצטער‟.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.