Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

לכּבֿוד יום העצמאות: איז בן־גוריון טאַקע געווען אַנטי־ייִדיש?Yom Haatzmaut Feature: Was Ben Gurion Really Anti-Yiddish?

דער ערשטער ישׂראלדיקער פּרעמיער האָט אַ מאָל אויסגעדריקט ביטול צו דער שפּראַך אָבער האָט זי גוט גערעדט, ווי מע הערט אין דעם אוידיאָ דאָ.

דער אַרטיקל איז לכתּחילה געדרוקט געוואָרן אין אַפּריל 2013.

שוין יאָרן לאַנג וואָס בײַ די ליבהאָבער פֿון ייִדיש ווערט דוד בן־גוריון, דער ערשטער פּרעמיער פֿון מדינת־ישׂראל, באַטראַכט ווי אַ שׂונא פֿון דער ייִדישער שפּראַך — צום גרויסן טייל, צוליב אַ נעגאַטיוון קאָמענטאַר, וואָס ער האָט געמאַכט בעת אַ צוזאַמענפֿאָר פֿון דער הסתּדרות אין 1945.

ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, האָט בן־גוריון דווקא זייער גוט גערעדט און געשריבן אויף ייִדיש, און האָט אַפֿילו אָפּגעהאַלטן עפֿנטלעכע רעדעס אויף ייִדיש, אַרײַנגערעכנט אַ רעדע אין שוועדן אין 1962, וואָס מע האָט דעמאָלט רעקאָרדירט און וואָס מע קאָן הײַנט הערן אַן אויסצוג דערפֿון אויף דער אינטערנעץ. די רעקאָרדירונג איז מערקווירדיק ווײַל עס ווײַזט אונדז ווי נאַטירלעך און היימיש דאָס ייִדישע לשון האָט זיך גערעדט בײַ אים אויף דער צונג.

אין דער אמתן, איז דער עפּיזאָד אין 1945 שוין אַזוי פֿיל מאָל איבערדערציילט און „פֿאַרפּוצט‟ געוואָרן, אַז ווייניק מענטשן ווייסן הײַנט פּונקט וואָס ס׳איז טאַקע געשען. לויט דער ישׂראלדיקער היסטאָריקערין, רחל ראָזשאַנסקי, איז בן־גוריון געווען איינער פֿון עטלעכע גאַסטרעדנער אויף דער זעקסטער פֿאַרזאַמלונג פֿון דער הסתּדרות. די ערשטע רעדנערין איז געווען רוזשקאַ קאָרטשאַק, אַ העלדין פֿון דער ווילנער געטאָ און די פּאַרטיזאַנער. די אָרגאַניזירער פֿון דער קאָנפֿערענץ האָבן זי געהאַט פֿאַרבעטן צו דערציילן אירע איבערלעבונגען במשך פֿונעם חורבן. זי האָט גערעדט אויף ייִדיש — נישט צוליב אידעאָלאָגישע סיבות, נאָר ווײַל קיין העברעיִש האָט זי נישט געקענט.

ווען בן־גוריון, דער צווייטער רעדנער, איז אויפֿגעטראָטן, האָט ער אָנגעהויבן זײַן רעדע מיט די ווערטער: „למרות שהחבֿרה שלפֿני דברה בשׂפֿה זרה וצורמת…‟ [נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די פֿריִערדיקע רעדנערין האָט גערעדט אין אַ פֿרעמדער, גרילצנדיקער שפּראַך…] — אָבער ער האָט אַפֿילו נישט געקאָנט ענדיקן זײַן זאַץ, ווײַל דער עולם האָט אויסגעשאָסן מיט טומלדיקע פּראָטעסטן.

דעם צווייטן טאָג איז זײַן באַמערקונג אָפּגעדרוקט געוואָרן אין די טעגלעכע צײַטונגען אין ישׂראל און אין דער ייִדישער פּרעסע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און האָט איבער דער וועלט פֿאַראייביקט זײַן אימאַזש ווי אַ פֿאַרברענטער קעגנער פֿון ייִדיש, און ווי דער כּוח הינטער דער דיסקרימינאַציע קעגן ייִדיש אין די 1940ער און 1950ער יאָרן. אַפֿילו מיט יאָרן שפּעטער, בעת אַ באַזוך אין בוענאָס־אײַרעס, האָט דער עולם גענומען אויספֿײַפֿן בן־גוריון, ווען ער האָט אָנגעהויבן זײַן רעדע אויף העברעיִש.

שבתי טבת, בן־גוריונס ביאָגראַף, האָט אָבער צוגעגעבן, אויפֿן סמך פֿון זײַנע אינטערוויוען מיט אַ צאָל עדות פֿון דעם סקאַנדאַל בײַ דער הסתּדרות־פֿאַרזאַמלונג, אַז בן־גוריון האָט בשום־אופֿן נישט געמיינט מבֿטל צו מאַכן די ייִדן אין די תּפֿוצות, אָדער די שארית־הפּליטה; און הגם זײַן צוגאַנג צו ייִדיש גיט דעם אײַנדרוק, אַז ער האָט נישט געהאַט קיין שײַכות מיט מאַמע־לשון, איז עס נישט געווען אַזוי.

דוד בן־גוריון (פֿון דער היים — דוד גרין) איז געבוירן געוואָרן אין 1886 בײַ אַ ייִדיש־ און העברעיִש־רעדנדיקער משפּחה אין פּלאָנסק, קאָנגרעס־פּוילן. זײַן טאַטע, אַבֿיגדור גרין, איז געווען אַן אַדוואָקאַט און אַ פֿירער פֿון דער „חובֿבֿי־ציון‟ באַוועגונג, און זײַן מאַמע, שיינדל, איז נפֿטר געוואָרן, ווען דוד איז געווען בלויז 11 יאָר אַלט. צו 14 יאָר האָט דוד, מיט צוויי חבֿרים, געגרינדעט אַ יוגנטקלוב, „עזרה‟, צו פּראָמאָטירן דאָס לערנען העברעיִש און באַזעצן זיך אין ארץ־ישׂראל.

שפּעטער, ווי אַ סטודענט אינעם וואַרשעווער אוניווערסיטעט, האָט ער זיך אָנגעשלאָסן אין דער פּועלי־ציון, און אין 1906 — זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל, וואָס איז דעמאָלט געווען אַ טייל פֿון דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע.

בן־גוריון האָט אָבער פֿאַרשטאַנען, אַז ער וועט צוציִען אַ סך מער אָנהענגער צום ציוניסטישן צוועק דורך ייִדיש. אין 1918 האָט ער, אין איינעם מיט זײַן חבֿר יצחק בן־צבֿי, אַרויסגעלאָזט זײַן ערשט בוך: „ארץ־ישׂראל‟ — אויף ייִדיש. אין דער הקדמה פֿון בוך, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן דורכן „פּאַלעסטינע־קאָמיטעט פֿון דער פּועלי־ציון‟, דערקלערן בן־גוריון און בן־צבֿי די סיבה דערפֿאַר:

„דער קאָמיטעט האָט געהאַלטן פֿאַר זײַן חובֿ צו געבן דעם ברייטן ייִדישן עולם אַזאַ ווערק, וואָס איז לחלוטין ניט געווען בנימצא אין דער ייִדישער שפּראַך, טראָץ זײַן גרויס נויט־ווענדיקייט, און דאָס איז אַ גענוי־אינפֿאָרמאַטיוו, באַלערנדע און וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעט איבער אונדזער אַלט־נײַלאַנד, ארץ־ישׂראל.‟

נישט געקוקט אויף די שפּעטערדיקע רעפּרעסיעס פֿון דער ייִדישער פּרעסע און טעאַטער אין ישׂראל אונטער בן־גוריונס ממשלה, האַלט רוזשאַנסקי, אַז זײַן צוגאַנג צו ייִדיש איז נישט געווען קיין אַנטאַגאָניסטישער, נאָר אַ גאַנץ באַלאַנסירטער, און זיך געהאַלטן אויפֿן סמך פֿון פֿיר פּרינציפּן: 1) די ייִדישע שפּראַך און קולטור באַטרעפֿן אַ וויכטיקן טייל פֿון דער קולטור־ירושה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, 2) בײַ די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן איז ייִדיש נישט בלויז אַ שפּראַך, נאָר זי האָט אויך אַן אידעאָלאָגישן און סענטימענטאַלן באַטײַט; 3) פֿון דעסטוועגן, געהערט ייִדיש צו דער פֿאַרגאַנגענהייט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, נישט צום הײַנט, און זיכער נישט צום מאָרגן, און 4) ייִדיש איז נישט די שפּראַך פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק.

אין יולי 1945 האָט בן־גוריון זיך געטראָפֿן מיט אַ גרופּע אָנגעזעענע ייִדישע שרײַבער אין ניו־יאָרק, אַרײַנגערעכנט אַבֿרהם רייזען, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי און ה. לייוויק, וווּ ער האָט פֿאַרטיידיקט זײַן מיינונג, פֿאַר וואָס ישׂראל „קען בלויז האָבן איין נאַציאָנאַלע שפּראַך, און די שפּראַך מוז זײַן העברעיִש‟. די דיסקוסיע איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין גאַנצן אויף ייִדיש.

„בן־גוריון האָט גערעדט אַ גוטן ייִדיש,‟ האָט מאָלאָדאָווסקי געשריבן אין „דער ייִדישער קעמפֿער‟, אויגוסט 1945. „נישט געקוקט אויף דעם, וואָס קיין פּשרה מיט די ייִדישע שרײַבער האָט ער נישט געפֿונען, האָט ער כאָטש געגעבן צו פֿאַרשטיין ווי אַזוי ער טראַכט. איך בין אין גאַנצן קעגן זײַן שטעלונג צו ייִדיש, אָבער פֿון דעסטוועגן, האָב איך דערפֿילט, אַז ער איז איינער פֿון אונדז.‟

אַבֿרהם גרינשפּאַן, דער געוועזענער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה אין דער שוועדישער שטאָט אופּסאַלאַ, געדענקט בן־גוריונס רעדע אין 1962.

„ס׳איז פֿאָרגעקומען אין אַ גרויסן קאָנצערט־זאַל אין שטאָקהאָלם, און דער זאַל איז געווען אין גאַנצן פֿול: אַ טויזנט מענטשן,‟ האָט דער 90־יאָריקער גרינשפּאַן דערציילט דעם „פֿאָרווערטס‟. „ער האָט געזאָגט עפּעס, וואָס איז מיר נישט געפֿעלן געוואָרן. ווען ער איז אָנגעקומען אין לאַנד, האָט דער שוועדישער קעניג אים וואַרעם אויפֿגענומען, און מע האָט אים געפֿירט איבער פֿאַרשידענע שוועדישע אַרכעאָלאָגישע ערטער, טויזנטער יאָרן אַלט. זאָגט בן־גוריון אין זײַן רעדע: ׳די שוועדן גרייסן זיך מיט זייער געשיכטע פֿון טויזנטער יאָרן, אָבער מיר, ייִדן, האָבן אונדזער אייגענע געשיכטע פֿון טויזנטער יאָרן!׳ דאָס איז מיר זייער נישט געפֿעלן געוואָרן.‟

אויף דער פֿראַגע, צי האָט ער זיך נישט געחידושט, וואָס בן־גוריון רעדט אויף ייִדיש, האָט גרינשפּאַן געענטפֿערט: „וואָס דען האָט ער געקענט רעדן? אונדזער עולם איז דעמאָלט געווען פֿול מיט די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן — אַ ייִדיש־רעדנדיקע רעפּובליק. קיין ברירה האָט ער נישט געהאַט.‟

בן־גוריון איז אָבער נישט געווען אויסגעהאַלטן אין דעם ענין. ווען ער האָט אויפֿגעטראָטן פֿאַר דער ייִדישער קהילה אין אַרגענטינע, אויך אין די אָנהייב־1960ער יאָרן, האָט ער גערעדט דווקא אויף העברעיִש. פֿאָרגעקומען איז עס אין אַ ריזיקן סטאַדיאָן אין בוענאָס־אײַרעס, מיט אַן עולם פֿון בערך 10,000 מענטשן, האָט ד״ר אַבֿרהם ליכטענבוים, דער דירעקטאָר פֿונעם ייִוו״אָ אין אַרגענטינע, איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟.

„ווי באַלד ער האָט אָנגעהויבן רעדן אויף העברעיִש, האָט דער עולם אויסגעשריגן: ׳רעד ייִדיש!׳ ער האָט זיך אָבער נישט געלאָזט. פֿאַרקערט, ער האָט געענטפֿערט: ׳איך וועל בשום־אופֿן נישט רעדן אין דער גרילצנדיקער שפּראַך!׳‟

עטלעכע בונדיסטן האָבן זיך אויפֿגעהויבן פֿון די ערטער און אַרויס, אָבער די אַנדערע זענען געבליבן זיצן, האָט ליכטענבוים געזאָגט. „דאָס זענען געווען פֿאָלקסטימלעכע מענטשן, עמך, זיי האָבן געהאָפֿט, אַז זיי וועלן הערן אַ ייִדיש וואָרט, ווײַל אין פֿריִערדיקע יאָרן האָט בן־גוריון יאָ גערעדט אויף ייִדיש.‟

„ווען מנחם בייגין, למשל, איז געקומען פֿאַר אונדזער עולם, יום־העצמאות, 1975, איז שוין געווען אַ קלענערער זאַל, בערך 4,500 מענטשן — אָבער ער האָט טאַקע גערעדט אויף ייִדיש! איך ווייס עס גוט, ווײַל איך בין געווען זײַן איבערזעצער,‟ האָט ליכטענבוים געזאָגט. „כאָטש איך בין געווען אַ שאַרפֿער קעגנער פֿון בייגינס פּאָליטיק, האָט ער גערעדט 100% אויף ייִדיש, פּונקט אַזוי ווי גאָלדע מאיר ווען זי איז געקומען אין אַרגענטינע, און אויך חיים ווייצמאַנס אלמנה.‟

„אָבער בן־גוריון? אין די שפּעטערע יאָרן איז ער געוואָרן נאָך מער ראַדיקאַל אַנטי־ייִדיש ווי פֿריִער.‟

בײַ זײַן ביאָגראַף, שבתי טבת, איז בן־גוריונס קאָמפּליצירטער צוגאַנג צו ייִדיש געבליבן אַ גרויסע מיסטעריע. „איך ווייס נישט, צי מיר וועלן אַמאָל פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס בן־גוריון איז געווען אַזוי נעגאַטיוו געשטימט צו דער ייִדישער שפּראַך,‟ האָט ער געזאָגט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version