לכּבֿוד יום־העצמאות, הערט די ישׂראלדיקע לידער אויף ייִדישIn honor of Israeli Independence Day, hear these Israeli songs in Yiddish
דוד עשתס נוסחאָות פֿון „ירושלים של זהבֿ‟, „הבֿאנו שלום עליכם‟ און „ערבֿ של שושנים“ ווערן אַראַנזשירט מיט דזשעז־קלאַנגען.

Graphic by Angelie Zaslavsky
לכּבֿוד דעם ישׂראלדיקן טאָג פֿון אומאָפּהענגיקייט, „יום־העצמאות‟, ברענגען מיר אײַך עטלעכע באַקאַנטע ישׂראלדיקע לידער אויף ייִדיש, געזונגען פֿונעם פּאָפּולערן זינגער דוד עשת. די לידער געפֿינען זיך אויף צוויי פֿון זײַנע פּלאַטעס פֿון ישׂראלדיקע לידער, איבערגעזעצט אויף ייִדיש דורך משה סחר.
עשת איז געבוירן געוואָרן אין טשערנאָוויץ אין 1933. פֿון דער היים האָט ער געהייסן דוד אײַזנקראַפֿט. אין 1950 האָט ער, צוזאַמען מיט זײַנע עלטערן, עולה געווען קיין ישׂראל. נאָכן דינען צוויי יאָר אין צה׳׳ל האָט ער אַ דאַנק זײַן שיין קול געפֿונען אַרבעט ווי אַ זינגער אָבער צוליב זײַן שווערן אַקצענט אויף העברעיִש האָט מען אים ניט געוואָלט רעקאָרדירן. איז ער אַריבער אויף מאַמע־לשון און געפֿונען אַן אינטערעסאַנטע נישע, אַרויסלאָזנדיק די סאַמע פּאָפּולערסטע העברעיִשע לידער אין דער ייִדישער איבערזעצונג.
זײַן גרעסטער שלאַגער איז געווען זײַן ייִדישער נוסח פֿון נעמי שמרס „ירושלים של זהבֿ‟ — די סאַמע פּאָפּולערסטע פּלאַטע אויף ייִדיש במשך פֿון דער ישׂראלדיקער געשיכטע.
ניט געקוקט אויף זײַן פּאָפּולאַריטעט אין ישׂראל און צווישן זײַנע ייִדיש־רעדנדיקע אָנהענגער איבער דער וועלט, איז עשת הײַנט כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן. איין סיבה דערפֿאַר איז, וואָס ער האָט מורא געהאַט אויפֿצוטרעטן אויף דער בינע און ס׳איז געווען זייער שווער אין ישׂראל אין יענער תּקופֿה צו זײַן אַ שטערן, אויב מע טרעט ניט אויף אויף קיין קאָנצערטן. דערצו האָט ער געזונגען, דער עיקר, אויף ייִדיש, און דער עולם וואָס זוכט אויס די אַלטע ייִדישע פּלאַטעס איז הײַנט, צום באַדויערן, אַ קליינע.
ווי מע קען הערן פֿון זײַן נוסח פֿון „הבֿאנו שלום עליכם‟ זענען די דזשעז־ און ראָק־אַראַנזשירונגען פֿון זײַנע לידער דעמאָלט געווען אַ נאָווינע אין דער ייִדיש־שפּראַכיקער מוזיק.
און אָט קען מען הערן דעם גאַנצן אַלבאָם „מיט ליבשאַפֿט פֿון ישׂראל‟. ספּעציעל כּדאַי צו הערן איז עשתס נוסח פֿון „ערבֿ של שושנים.“
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
