נײַער נומער „אויפֿן שוועל“: ייִדישיסטן באַשרײַבן חלומות וועגן צוקונפֿט פֿון ייִדישNew issue of Afn Shvel: Yiddishists describe their dreams for the future of Yiddish
דער נומער שליסט אויך אײַן יחיאל שיינטוכס אַנאַליז פֿון ייִדישן הומאָר, און אַ דערציילונג פֿון באָריס סאַנדלער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
עס איז ערשט אַרויס דער ווינטער־פֿרילינג נומער „אויפֿן שוועל“, דער לעצטער אַרויסגעלאָזט אונטער שבֿע צוקערס רעדאַקציע. ווי אַלע נומערן רעדאַקטירט דורך איר, איז דער איצטיקער נומער געווידמעט אַ טעמע — דאָס מאָל איינע וואָס איז זייער פּאַסיק פֿאַר אַזאַ מאָמענט פֿון איבערגאַנג — חלומות בײַ ייִדן. אין איר געזעגענונג מיט די לייענער באַטראַכט שבֿע צוקער די האָפֿענונגען וואָס זי האָט געהאַט בײַם איבערנעמען די לייצעס פֿונעם זשורנאַל מיט 15 יאָר צוריק און ווי זיי זענען געווען אַנדערש פֿון די דרײַ פֿריִערדיקע רעדאַקטאָרן פֿון „אויפֿן שוועל“.
מרים טרין, די נײַע רעדאַקטאָרשע פֿונעם זשורנאַל, דערציילט וועגן דעם ווי שירי שאַפּיראַ האָט זי געלערנט צו שרײַבן בליץ־בעלעטריסטיק און טיילט זיך מיט אַ נײַער שאַפֿונג אירער פֿונעם זשאַנער וועגן חלומות. דוד ראָסקעס שילדערט אין זײַן עסיי די ראָלע פֿון חלומות אין דער ייִדישער ליטעראַטור און דערציילט וועגן אַן אייגנאַרטיקן חלום זײַנעם, וואָס עס האָט זיך אים געחלומט אויף מאַמע־לשון.
דער נומער גיט זיך אויך אָפּ מיט די חלומות פֿון ייִנגערע ייִדישיסטן: נח באַראַראַ באַשרײַבט אין זײַן עסיי ווי אַזוי ער איז געוואָרן אַ ייִדישער שרײַבער און שילדערט זײַנע חלומות פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. רייזע טורנער דערציילט אין איר עסיי פֿאַר וואָס די נטיה בײַ די אַמעריקאַנער אַקאַדעמיקער צו לייגן דעם טראָפּ אויף טעאָריע שאַט בײַם פֿאַרווירקלעכן אירע חלומות פֿאַר ייִדיש בײַם ייִנגערן דור. און בני מער גיט איבער זײַן חלום צו שאַפֿן אַ מוזיי געווידמעט ייִדיש אין ישׂראל.
אַחוץ חלומות איז דער נײַער נומער אויך געווידמעט דער טעמע „הומאָר בײַ ייִדן“. אין זײַן פֿאָרשערישן אַרטיקל דערקלערט יחיאל שיינטוך וועגן די כאַראַקטעריסטישע שטריכן פֿונעם ייִדישן הומאָר, שילדערט די אַרבעט פֿון עטלעכע ייִדישע הומאָריסטן און פֿאָרשער פֿונעם ייִדישן הומאָר און טיילט זיך מיט אַ פּאָר געשמאַקע ייִדישע וויצן.
אינעם נײַעם נומער געפֿינען זיך אויך צוויי דערציילונגען: באָריס סאַנדלערס מעשׂה „טויבן־טרײַבער פֿאַליק אָדער די געשיכטע פֿון מײַן טויבנשלאַק“, פֿון זײַן נײַער זאַמלונג „אַנטיקלעך פֿונעם סאַקוואָיאַזש“ און דניאל גלאַיס אַ כעלעמער מעשׂה. דער נומער שליסט אויך אַרײַן לידער וועגן חלומות פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, שלום בערגער, גרשון ווײַס, יעווגעני קיסין, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן און גיטל־שעכטער ווישוואַנאַט.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, און כּדי צו אַבאָנירן דעם „אויפֿן שוועל“, גיט אַ קוועטש דאָ.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
