Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דימענטן און קאַרטאָפֿליעס: באָריס סאַנדלערס נײַ בוך דערציילונגעןDiamonds and Potatoes: Boris Sandler’s New Book of Stories

סאַנדלערס פּראָזע ברענגט צונױף אַ לעבעדיקן דערצײלערישן סטיל, מײַסטערישן סיפּור־המעשׂה, היסטאָרישע פּרטים און אייגנאַרטיקע מעטאַפֿאָרן.

דער ענגלישער דענקער דזשערעמײַאַ בענטאַם האָט אַ מאָל געזאָגט: „װירקלעכקײט — איז די בעסטע אָפּשפּיגלונג פֿון זיך אַלײן.‟ דעם דאָזיקן פּסוק האָט באָריס סאַנדלער אַװעקגעשטעלט װי אַן עפּיגראַף צו אײנער אַ מעשׂה אין זײַן נײַעם בוך „אַנטיקלעך פֿונעם סאַקװאָיאַזש‟. בענטאַמס װערטער קענען דינען װי אַ שליסל צו דעם גאַנצן בוך און אפֿשר אַפֿילו צו סאַנדלערס גאַנצער ליטעראַרישער שאַפֿונג. דער יונגער העלד פֿון דער דאָזיקער דערצײלונג, „דאָס לעבן איז אַ שפּיל‟, איז פֿאַרטאָן אינעם קינדערישן שפּיל פֿון אױסקלעפּן פֿאַרשידענע פֿיגורקעס פֿון פּלאַסטילין. דאָס דאָזיקע שפּיל איז ענלעך אױף דעם שעפֿערישן מי פֿון אַ שרײַבער װאָס שאַפֿט אַן אײגענע װירקלעכקײט דורך זײַן כּוח־הדמיון.

דער דאָזיקער שעפֿערישער פּראָצעס האָט צװײ קאָמפּאָנענטן — דעם סוביעקט, דאָס הײסט, דעם שעפֿערישן „זיך‟ פֿונעם מחבר, און דעם אָביעקט, די אױסגעטראַכטע װירקלעכקײט. אין סאַנדלערס שאַפֿונג זײַנען זײ בײדע גלײַך װיכטיק און אינטערעסאַנט. לרובֿ שרײַבט סאַנדלער אין דער ערשטער פּערזאָן. דאָס הײסט אַװדאי ניט אַז זײַן דערצײלערישער „איך‟ איז דװקא ער, באָריס סאַנדלער, בגופֿו־ובעצמו. מען דאַרף זיך ניט לאָזן פֿאַרפֿירן מיט זײַן הײמיש־נאַטירלעכן טאָן. דאָס איז ניט קײן אויטאָביאָגראַפֿיע, נאָר עכט־קינסטלערישע שריפֿטן, װאָס זײַנען געניט צונױפֿגעשטוקעװעט דורך דעם פּראָפֿעסיאָנעלן מחבר. אַװדאי שעפּט ער פֿון זײַן אײגענעם לעבן און דערפֿאַרונג, נאָר דער די פּועל־יוצאס פֿון זײַן מי זײַנען פּראָדוקטן פֿון זײַן ליטעראַרישער פֿאַנטאַזיע.

דער עיקרדיקסטער העלד, װאָס פֿאַרבינדט, װי אַ רוקנבײן, דאָס רובֿ פֿון די מעשׂיות אינעם בוך, איז טאַקע אָט דער „איך‟ פֿונעם דערצײלער. מיר טרעפֿן אים אין פֿאַרשידענע אומשטענדן און סבֿיבֿות: װי אַ קינד אין זײַן בעסאַראַבישער הײמשטאָט אין די 1950ער יאָרן, װי אַ יונגערמאַן אין פֿאַרשײדענע טײלן פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און װי אַ „רוסישער‟ אימיגראַנט אין אַמעריקע. פֿאַר אַ הײַנטיקן פֿאָרשער, װאָס פֿאַרנעמט זיך מיטן פּאָפּולערן ענין פֿון דער סאָװעטיש־ייִדישער „אידענטיטעט‟, ליפֿערן סאַנדלערס װערק אַ שפֿע פֿון ניצלעכער אינפֿאָרמאַציע. אָבער קודם־כּל זײַנען זײ די װערק פֿון דער ליטעראַרישער קונסט. די ייִדישע ליטעראַטור האָט אַ רײַכע טראַדיציע פֿון שפּילן זיך מיט דערצײלערישע שטימען און פּערזאָנען, אָנהײבנדיק פֿון שלום־יעקבֿ אַבראַמאָװיטשעס נאַראַטאָר, מענדעלע מוכר ספֿרים. סאַנדלער שטײט מיט בײדע פֿיס אױף דער פּלײצע פֿון די „קלאַסיקער‟. זײַן ייִנגעלע־דערצײלער איז אַ יורש פֿון שלום־עליכמס מאָטל, װאָס קאָמבינירט כּמו־קינדערשע תּמימות, שאַרפֿזיניקן חוש פֿאַרן טרעפֿלעכן פּרט און דעם איראָנישן קוקװינקל פֿון אַ דערפֿאַרענעם מענטשן.

אָט, למשל, איז אַן עפּיזאָד פֿון דער דערצײלונג, „דער שװאַרצער טעלער‟. דער גאַנצער סיפּור־המעשׂה װערט דאָ געבױט אַרום דעם פּראָסטן סאָװעטישן ראַדיאָ-רעפּראָדוקטאָר, װאָס מען האָט געהאַט כּמעט אין יעדער סאָװעטישער שטוב. דער „שװאַרצער טעלער‟ באַקומט גלײַך אַ פּערזענלעכקט מיט אַן אײגענעם כאַראַקטער: „ער איז געװען אַ טײל פֿון אונדזער משפּחה, און װי אַלע אַנדערע מיטגלידער, שטענדיק גערעדט אַלײן, און נישט געהערט, װאָס מע רעדט צו אים.‟ יעדער מיטגליד פֿון דער משפּחה האָט זײַן אײגענע באציִונג צו דעם „טעלער‟. דער פֿרומער זײדע, „װאָס האָט אַלע יאָר ביז דער מלחמה געלעבט אין אַ קלײן שטעטל, האָט געטענהט, אַז ‘די שװאַרצע זאַך’ איז טרײף, און קײן חכמה ברענג עס נישט, װײַל ‘עס קומט פֿון דער מלוכה’.‟ די מאַמע, להיפּוך, האָט יאָ ליב געהאַט זיך צוהערן צו מוזיקאַלישע אױדיציעס, בפֿרט צו דער פּראָגראַם „קאָנצערט לױט אײַערע באַשטעלונגען‟. אײן מאָל האָט זי זיך אָנגענומען מיט מוט און אָנגעשריבן אַ בריװ אינעם מאָסקװער ראַדיאָ־קאָמיטעט מיט אַ בקשה, מען זאָל פֿאָרשפּילן אױפֿן ראַדיאַ אַ ייִדיש ליד.

און עס איז טאַקע געשען אַ „נס‟: דער מאָסקװער ראַדיאָ האָט געשפּילט דאָס ליד „איציק האָט שױן חתונה געהאַט‟! דאָס האָט אױפֿגעטרײסלט די גאַנצע ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט: „מ’האָט, אַװדאי, גוט געװוּסט, אַז סתּם אַזױ קומט אין ‘אונדזער מלוכה’ גאָרנישט פֿאָר, בפֿרט װען ס’האָט צו טאָן מיט ייִדן.‟ די שטאָטישע חכמים ברעכן זײערע קעפּ איבערן טײַטש פֿון דעם סיגנאַל, װאָס די מלוכה שיקט דורך בײַם שפּילן „איציק‟ אױפֿן מאָסקװער ראַדיאָ, בעת די פּשוטע ייִדן בעטן בײַ דער מאַמען, זי זאָל באַשטעלן מער ייִדישע לידער. דאָ גיט סאַנדלער צו אַ קלײנעם פּרט, װאָס איז ממש אײנער פֿון זײַנע „אַנטיקלעך פֿונעם סאַקװאָיאַזש‟: „אײנער האָט אַפֿילו איבערגעגעבן דורך אונדזער שכנה אַ צעטעלע, װוּ ער האָט געבעטן די מאַמען, זי זאָל באַשטעלן דעם ראַדיאָ ׳אָבֿינו־מלכּינו׳.‟ בעל־פּה, האָט זײַנ פֿאַרמיטלערין צוגעגעבן, אַז אױב מע װעט דאַרפֿן, איז ער גרײט צוצאָלן מזומן.‟

עד־כּאן, ביז אָט דעם דאָזיקן הומאָריסיטשן שפּיצפּונקט, לײענט זיך די מעשׂה אַזױ װי זי געהערט צו אַ װײַטערן המשך פֿון שלום־עליכמס כּתרילעװקער געשיכטעס. אָבער אין דעם מאָמענט מאַכט סאַנדלער אַ קער, און מיר טרעפֿן זיך פּנים־אל־פּנים מיט דער סאָװעטישער מלוכה. אין צװײ װאָכן אַרום האָט מען די מאַמע אײַנגעלאַדן אינעם פּערסאָנאַל־אָפּטײל פֿון דער אונטערנעמונג, װוּ זי האָט געאַרבעט. דאָרט איז געזעסן אַ העפֿלעכער „מאַנספּאַרשױן‟, אָנגעטאָן אין ציװילע בגדים. ער האָט איר געעצהט, זי זאָל קײן ייִדישע לידער מער ניט באַשטעלן, װײַל „עס זײַנען דאָ מענטשן, װאָס קאָנען אױסניצן אירע אױפֿריכטיקע נאַציאָנאַלע געפֿילן אױף שלעכטע טועכצן‟. די מאַמע האָט זיך גוט איבערגעשראָקן פֿונעם דאָזיקן באַגעגעניש מיטן אָפֿיציר פֿון „קאַ־גע־בע‟, דער סאָװעטישער זיכערהײט־דינסט, װאָס זי האָט װעגן דעם לאַנגע יאָר קײנעם ניט דערצײלט. „שױן אין ישׂראל, נאָך פֿופֿצן יאָר לעבן דאָרט‟, האָט זי דערצײלט דעם מחבר װעגן דעם דאָזיקן שמועס. אַזױ שטאַרק איז געװען דער פּחד, װאָס די סאָװעטישע מלוכה האָט אַרײַנגעדרונגען אין די נשמות פֿון אירע בירגער!

די טיטל־דערצײלונג „אַנטיקל פֿונעם סאַקװאָיאַזש‟ פֿאַרמאָגט אַ מעטאַפֿאָרישן אימאַזש, װאָס לאָזט דערזען דעם עצם פֿון סאַנדלערס שעפֿערישן מעטאָד. די מעשׂה קומט פֿאָר אין דער ברוקלינער געגנט באָראָ־פּאַרק. די העלדין איז אַן אָרעמע פֿרומע עגונה מיט צװעלף טעכטער. עס קומט פֿאָר אַ נס, און אינעם לעצטן זעקעלע קאַרטאָפֿליעס געפֿינט מען עפּעס אומגעריכטס: „פֿון דער שאָלעכץ שטאַרצן אַרױס אַזעלכע גלאַנצנדיקע שפּראָצלעך — האַרטע, װי שטײנדלעך‟. װײַזט זיך אַרױס, דאָס זײַנען פֿאַרשטעקטע דימענטן. סטיליסטיש איז די דאָזיקע מעשׂה נענטער צו דער שיטה פֿון י. ל. פּרץ אײדער צו שלום־עליכם. דער אימאַזש פֿון דימענטן אין קאַרטאָפֿל־שאָלעכץ לאָזט זיך אױסטײַטשן סימבאָליש, װי אַ רמז אױפֿן קבליסטישן באַגריף פֿון ניצוצות אין קליפּה, די פֿונקען פֿון געטלעכער שכינה, װאָס זײַנען פֿאַרשטעקט, כּבֿיכול, אין דעם גראָבן חומר. דער לײענער איז אַװדאי פֿרײַ צו באַשליסן, װי אַזױ צו לײענען און אױסטײַטשן סאַנדלערס פּראָזע. יעדער אײנער קען דאָ געפֿינען עפּעס פֿאַר זיך: אַ טשיקאַװען סיפּור־המעשׂה, עלעגאַנט־געטאָקטן סטיל, קלוגע איראָניע, לעבעדיקע געשטאַלטן, שאַרפֿזיניקע אָבסערװאַציעס, היסטאָרישע פּרטימדיקײט, װי אױך אײגנאַרטיקע מעטאַפֿאָרישע פּאָעטיק.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.