Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווידעאָ: לידער געזונגען אויף לובלינער ייִדיש פֿון שׂרה נאָמבערג־פּשיטיקWATCH: Songs sung in Polish Yiddish by Sara Nomberg-Przytyk

צווישן די רעקאָרדירונגען: אַן אומפֿאַרגעסלעך ליד, „דער וואַסער־מענטש‟, אויפֿגעפֿירט דורך אַ ווילנער כאָר צווישן ביידע וועלט־מלחמות.

דער ייִדישער בלוז־זינגער וואָלף קראַקאָווסקי האָט לעצטנס, דורך זײַן יוטוב־קאַנאַל, אַרויסגעלאָזט אַ פּרעכטיקע סעריע ווידעאָס, וואָס ער האָט געמאַכט אין 1986, אין וועלכן אַ לובלינער פֿאָלקסזינגערין, שׂרה נאָמבערג־פּשיטיק, זינגט ייִדישע לידער און דערציילט וועגן זיי אויף איר היימישן לובלינער ייִדיש. אין אַ בריוו צום פֿאָרווערטס האָט ער דערקלערט, אַז זי איז געווען די מאַמע פֿון זײַנעם אַ נאָענטן חבֿר און איז אַליין בײַ אים געווען ווי אַ מומע. אין איר זינגען „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים“ הערט מען אַן עכטן פֿאָלקסטימלעכן סטיל, וואָס איז הײַנט כּמעט אין גאַנצן נעלם געוואָרן.

ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן אַז נאָמבערג־פּשיטיק, אַזוי ווי אַ סך ייִדן וואָס האָבן זיך געהאַט אויסגעלערנט דאָס ליד אין פּוילן צווישן די צוויי וועלט־מלחמות, זינגט עס מיט אַנדערע ווערטער ווי איציק מאַנגער. הייסט עס, אַז כאָטש דער פּאָעט האָט אָנגעשריבן דאָס ליד אין די אָנהייב 1930ער יאָרן, איז עס שוין געהאַט פֿאָלקלאָריזירט געוואָרן במשך פֿון בלויז עטלעכע יאָר.

אויך כּדאַי צו הערן זענען איר נוסח פֿונעם ווייניק־באַקאַנט ליד „דער וואַסער־מענטש“, וואָס זי האָט זיך געלערנט בײַ אַ חבֿרטע וואָס איז געווען אין אַ ווילנער כאָר:

און איר נוסח פֿונעם ליד אויף „די גרינע פֿעלדער און וועלדער“

און איר נוסח פֿונעם ליד „די בלום“

דעם נאָמען שׂרה נאָמבערג־פּרישטיק איז באַקאַנט די חורבן־פֿאָרשער, ווײַל זי איז געווען אַ געוויסע צײַט די סעקרעטאַרין פֿון יאָסעף מענגעלע ימח שמו און האָט אים מסתּמא בעסער געקענט, ווי אַלע אַנדערע ייִדן, וואָס זענען געבליבן לעבן. זי האָט געהאַט אַ טראַגיש אָבער גאָר אינטערעסאַנט לעבן, סײַ פֿאַר, סײַ נאָך דער מלחמה.

אַ געבוירענע אין לובלין אין 1915 בײַ אַ חסידישער משפּחה, איז זי יונגערהייט געוואָרן אַ קאָמוניסטישע אַקטיוויסטקע און האָט פֿינף יאָר געשמאַכט אין טורמע דערפֿאַר. ווען די דײַטשן זענען אַרײַן אין וואַרשע אין 1939 איז זי אַנטלאָפֿן קיין ביאַליסטאָק, וווּ די דײַטשן האָבן זי אַרעסטירט.

אין אויגוסט 1943, ווען מע האָט ליקווידירט די ביאַליסטאָקער געטאָ, איז זי דעפּאָרטירט געוואָרן קיין שטוטהאָף און דערנאָך אין יאַנואַר 1944 — קיין אוישוויץ. נאָכן איבערלעבן צוויי אַנדערע לאַגערן און צוויי טויטמאַרשן, האָט זי זיך אומגעקערט קיין לובלין, וווּ זי האָט חתונה געהאַט מיט אַן אָרטיקן ריכטער, אַנדריי פּשיטיק.

במשך פֿון די 1960ער יאָרן האָט זי פּרובירט אַרויסצוגעבן אירע זכרונות ”אוישוויץ: אמתע פּאַסירונגען אין אַן עקלדיק לאַנד“ אָבער די פּוילישע צענזור האָט געפֿאָדערט, אַז זי זאָל אַרויסנעמען אַלע אינפֿאָרמאַציע וועגן ייִדן, און זי האָט זיך אָפּגעזאָגט דערפֿון.

אין 1968 איז זי, צוזאַמען מיט ס׳רובֿ פֿונעם לעבן־געבליבענעם פּוילישן ייִדנטום, פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון לאַנד. זי האָט זיך באַזעצט אין ישׂראל און דערנאָך, אין 1975, אין קאַנאַדע. אין 1985 זענען סוף־כּל־סוף דערשינען אירע זכרונות. זי איז אַוועק אין 1990.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.