העלפֿט שאַפֿן אינטערנעץ־קאַלענדאַר פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע געשעענישןHelp create online calendar of Yiddish-language events
טאָמער ווייסט איר וועגן אַ פּראָגראַם, קענט איר אַליין צוגעבן די פּרטים, אַנדערע זאָלן וויסן דערפֿון.

Image by Workers Circle
שוין אַנדערהאַלבן חודש קומט פֿאָר אַ ים מיט ייִדיש־שפּראַכיקע אונטערנעמונגען אָנלײַן: סײַ פּראָגראַמען וווּ מע האָט געזאָלט זיך טרעפֿן פּנים־אל־פּנים, סײַ פּראָגראַמען וואָס מע האָט ערשט לעצטנס געשאַפֿן צוליבן נײַעם מצבֿ. פֿאַקטיש זענען דאָ אַזוי פֿיל פּראָגראַמען, אַז ס׳איז כּמעט אוממעגלעך זיך צו דערוויסן וועגן זיי אַלע און האַלטן אַ סדר דערפֿון.
נאָך לאַנג פֿאַר דער קאָראָנאַ־ווירוס־תּקופֿה האָט מען שוין געהאַט טענות, אַז מע דאַרף אַן אַלגעמיינעם קאַלענדער, וווּ מע וואָלט זיך געקענט דערוויסן וועגן אַלע ייִדישע אונטערנעמונגען, בלויז דורכן קוועטש פֿונעם קאָמפּיוטער־מײַזל. „עמעצער דאַרף שאַפֿן אַזאַ זאַך,“ האָט מען געהאַלטן אין איין זאָגן, אָבער ווי מע האָט מיר יונגערהייט געלערנט בײַ די אונטערנעמונגען פֿון די סקויטן (בוי־סקאַוטס, בלע״ז) עקזיסטירט נישט אַזאַ מענטש וואָס הייסט „עמעצער“. מיט דעם מיין איך אַז ווען אַלע זאָגן אַז „עמעצער“ דאַרף עפּעס טאָן צו לייזן אַ פּראָבלעם, וועט קיינער עס ניט טאָן, סײַדן מע באַשטימט אַ מענטשן אָדער איינער באַשליסט עס אַליין צו טאָן.
לעצטנס האָט דוד אַנדרוס, אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַמירער וואָס אַרבעט בײַ דער שפּראַכקורס־וועבזײַט, דואָלינגאָ, געשאַפֿן אַן אינטערנעץ־קאַלענדאַר, וווּ אַלע קענען אַרײַנשטעלן אינפֿאָרמאַציע וועגן אָנלײַן־געשעענישן וואָס זיי אָדער אַנדערע אָרגאַניזירן. כּדי צו באַזוכן דעם ייִדיש־קאַלענדאַר, גיט אַ קוועטש דאָ. טאָמער אָרגאַניזירט איר אַליין אַן אונטערנעמונג אויף ייִדיש אָנלײַן, קענט איר אַליין אַרײַנשטעלן די אינפֿאָרמאַציע אינעם קאַלענדאַר. איר וועט דערבײַ פֿאַרדינען אַ מיצווה.
Why I became the Forward’s Editor-in-Chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
