Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

זשורנאַל „יונג־ייִדיש‟ האָט געזוכט אַ נײַעם ייִדישן אױסדרוק דורך וואָרט און בילדMagazine “Yung-Yidish” sought new Yiddish expression through word and image

דער לאָדזשער זשורנאַל, װאָס איז אַרױס בשעת דער אינפֿלוענצע־פּאַנדעמיע פֿון 1919, האָט געשאַפֿן סינערגיע צװישן דיכטונג און גראַפֿישער קונסט.

הײַנט רעדט מען אַ סך װעגן דער פּאַנדעמיע פֿון אינפֿליוענציע, װאָס האָט אױסגעבראָכן מיט הונדערט יאָר צוריק. אָבער װען מען לײענט די ייִדישע צײַטשריפֿטן פֿון יענער צײַט, געפֿינט מען דאָרט זײער װײניק װעגן דער דאָזיקער אָנשיקעניש. ייִדן אין מיזרח־אײראָפּע האָבן דעמאָלט געהאַט ערגערע צרות. זײער װעלט איז געלעגן אין חורבֿות. עס האָבן געבושעװעט פּאָגראָמען, מלחמות, הונגער, נױט װי אױך אַנדערע טױט־קראַנקײטן.

דווקא אָט די צװײ יאָר צװישן 1918 און 1920 זײַנען געװען די צײַט פֿון אַ גװאַלדיקן קולטורעלן אױפֿברױז אין מיזרח־אײראָפּע. לאָדזש, פּױלן און קיִעװ, אוקראַיִנע זײַנען געװען צװישן די סאַמע ערשטע צענטערס פֿון דער נײַער ייִדישער שעפֿערישקײט. אין די 1920ער יאָרן זײַנען זײ פֿאַרשאָטנט געװאָרן דורך די גרעסערע הױפּטשטאָטישע צענטערס, אַזעלכע װי װאַרשע, בערלין און מאָסקװע. אָבער דװקא פֿון לאָדזש און קיִעװ זײַנען אַרויסגעװאַקסן צװײ מעכטיקע צװײַגן פֿון דער ייִדישער קולטור אין פּױלן און אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.

אַ נײַער פּראָיעקט פֿונעם לאָדזשער שטאָטמוזײ איז געװידמעט דעם אױפֿקום פֿון אַװאַנגאַרד־שטרעמונגען אין דער ייִדישער און פּױלישער קונסט און ליטעראַטור במשך פֿון די ערשטע יאָרן פֿון דער אומאָפּהענגיקער פּױלישער רעפּובליק. אין 2019 האָט דער מוזײ אַרױסגעגעבן אַ פּרעכטיקע נײַע אױפֿלאַגע פֿון „יונג־ייִדיש‟, דעם ערשטן אַװאַנגאַרדיסטישן ייִדישן זשורנאַל אין פּױלן. דער קאָמפּלעט נעמט אַרײַן די רעפּראָדוקציע פֿון די דרײַ אָריגינעלע העפֿטן פֿונעם זשורנאַל פֿאַרן יאָר 1919, איבערזעצונגען אױף פּױליש און עגנליש, װי אױך עטלעכע פֿאָרשערישע אַרטיקלען װעגן דער דאָזיקער צײַטשריפֿט. דאָס איז אַ שײנע און װערטפֿולע אױסגאַבע, כאָטש אַ טייל פֿון די ענגלישע איבערזעצונגען שטימען צו מאָל ניט מיטן אָריגינאַל.

Yung Yidish

„יונג־ייִדש‟ האָט געהאַט אַ מאָטאָ: „לידער אין װאָרט און צײכענונג‟. דער חידוש פֿון דער דאָזיקער פּובליקאַציע איז געװען אין דער סינערגיע צװישן װערטער און בילדער. בײדע קינסלטערישע מיטלען זײַנען געװען װיכטיק, מוז מען זײ באַטראַכטן װי אַ גאַנצקײט. עד־היום אָבער האָט מען געגעבן מער אױפֿמערק די בילדער און די קינסטלער. דאָס איז פֿאַרשטענדלעך, װײַל דאָס לשון פֿון אימאַזשן איז מער אוניװערסאַל, און די קינסטלער פֿון „יונג־ייִדיש‟, אַזעלכע װי יעקבֿ אַדלער און מאַרק שװאַרץ זײַנען צו יענער צײַט שױן געװען גוט באַהאַװנט אין די סאַמע נײַסטע אײראָפּעיִשע קינסטלערישע שטרעמונגען.

דער ציל פֿון די ייִדישע דיכטער פֿון „יונג־ייִדיש‟ איז געװען צו שאַפֿן אַ נײַע פּאָעטישע ייִדישע שפּראַך, װאָס זאָל אָפּשפּיגלען די גװאַלדיקע דערשיטערונגען פֿון דער װעלט. משה בראָדערזאָן, דער אָנפֿירער פֿון דער נײַער גרופּע, האָט דרײסט פּראָקלאַמירט דאָס שליחות פֿון „יונג־ייִדיש‟: „מיר, די בראשיתדיקע — מיר גײען אױף דער װאַך און פּױקן אױס דעם שטורעם פֿון הוויה. מיט אונדז איז גאָט, דער גאָט פֿון אײביקײט, שײנקײט און גרױסן אמת! ער העלפֿט אונדז װעקן נשמות פֿון הינערפּלעט — צו דעם ליכטיקן טאָג, צום טאָג פֿון תּכלת און פּורפּור. פֿאַר דער קונסט! פֿאַר דעם יונגן שײנעם ייִדיש! און פֿאַר דער אײביקער שפּראַך פֿון נבֿיאים!‟

דער „יונגער שײנער ייִדיש‟, װאָס די פּאָעטן פֿון דער גרופּע האָבן בדעה געהאַט צו שאַפֿן, איז באַשטאַנען פֿון דרײַ טײלן: שטיקלעך פֿון תּנכ”כישן לשון־קודש, אינטערנאַציאָנאַלע װערטער פֿאַר נײַע באַגריפֿן, און פֿאַרן פּראָסטן ייִדיש פֿון דער גאַס. זײ האָבן ליב געהאַט שטאַרקע, הילכיקע און פֿאַרביקע װערטער, װי למשל: „װילדע, גרינע, שמעקנדיקע יצר־הרע־װעלדער שטײען אײַנגעזונקען און פֿאַרחלשט אין די שטילע שנײען.‟ דאָס איז אַװדאי ניט קײן רעאַליסטישע שילדערונג פֿון אַ װאַלד אין װינטער, נאָר אַ סימבאָלישע לאַנדשאַפֿט װי אַ בינע פֿאַר אַ מיסטישער דראַמע. אָבער די דאָזיקע לאַנדשאַפֿט װערט באַשריבן װי אַ מגושמדיקע װירקלעכקײט.

דער זשורנאַל „יונג־ייִדיש‟ איז געדרוקט געװאָרן אױף גראָבער ברױנער פּאַקן־פּאַפּיר, און פֿאַר די בילדער האָט מען געהאַט בלױז די שװאַרצע פֿאַרב. פֿאַרשידענע קאָלירן זײַנען געװען אַ װיכטיקער עלעמענט ניט פֿון בילדער נאָר פֿון לידער. דער קינסטלער יעקבֿ אַדלער האָט געשריבן אַ מערקװירדיק ליד, „איך זינג מײַן תּפֿילה‟, װוּ ער האָט באַזונגען פֿאַרשידענע פֿאַרבן. ער װיל „אױפֿשרײַען אָן װערטער, אָן זין!‟ און אױסגיסן זײַן תּפֿילה צו גאָט דורך פֿאַרבן אַנשטאָט װערטער: „לאָז מיך בלױע תּפֿילות דײַנעטװעגן זינגען פֿונעם צאַרטסטן קאָבאַלד [בלױע פֿאַרב] ביזן טיפֿסטן אולטראַמאַרין!” פֿאַר זײַן בענקשאַפֿט נאָך גאָט האָט דער דיכטער־מאָלער אױסגעקליבן פּורפּור, בעת דער „טיפֿסטער, טונקעלסטער שמאָראַק־גרין‟ איז דער קאָליר פֿונעם שמערץ פֿון זײַן נשמה.

סך־חכּל זײַנען אַרױס דרײַ העפֿטן פֿון „יונג־ייִדיש‟. זײ דערװײַזן אַ דרײסטע אַמביציע צו פֿאַרשפּרײטן די נײַע ייִדישער פּאָעזיע און קונסט איבער דער גאַנצער ייִדישער װעלט. אינעם דריטן העפֿט האָט מען געדרוקט אַ ליד פֿונעם אַמעריקאַנער דיכטער משה נאַדיר, װאָס מען האָט גענומען פֿונעם מאָדערניסטישן זשורנאַל „דער צװײַג‟ אין פֿילאַדעלפֿיע. דאָס ליד „דיכטונג‟ איז גאַנץ אַנדערש פֿון נאַדירס מער באַקאַנטע סאַטירישע און הומאָריסטישע װערק. דאָס איז אַ רוף דו דער נײַער ייִדישער דיכטונג אָפּצוזאָגן זיך פֿון אַלטע „קלײנע, שטױביקע, טױט־געשריבענע‟ װערטער. די דאָזיקע װערטער זײַנען קינדער פֿון דער אַלטער גאַס־שלעפּערקע, „נױט‟ פֿון אַלטע דורות ייִדן. איצט איז געקומען די צײַט פֿון אַ נײַער ייִדישער שפּראַך, און נאַדיר ענדיקט זײַן ליד מיט אַ מין תּפֿילה: „באַפֿרײַ אונדז, גאָט, פֿון אונדזערע װערטער, װעלכע שטערן אונדז עפּעס צו זאָגן!‟

אינעם צװײטן נומער פֿון „יונג־ייִדיש‟ איז דערשינען בראָדערזאָנס ליד „צו די שטערן!‟. די ערשטע שורה: „מיר יונגע, מיר — אַ פֿרײלעכע צעזונגענע כאַליאַסטרע‟ האָבן געגעבן דעם נאָמען דער נײַער אַװאַנגאַרדיסטישער גרופּע „כאַליאַסטרע‟, װאָס איז געשאַפֿן געװאָרן אין װאַרשע אין 1922. אירע מיטגלידער זײַנען געװען פּרץ מאַרקיש, מלך ראַװיטש, אורי־צבֿי גרינגבערג און י. יִ. זינגער. ראַװיטש און גרינבערג האָבן פֿריִער שױן געדרוקט זײערע לידער אין „יונג־ייִדיש‟. אָבער בראָדערזאָנען האָט מען אין „כאַליאַסטרע‟ ניט אײַנגעלאַדן, װײַל זײַן דיכטונג איז געװען צו טראַדיציאָנעל פֿאַר מאַרקישעס ראַדיקאַלן געשמאַק.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.