Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

בײַ די אוקראַיִנער איז אים דווקא געווען גוט, אַפֿילו בשעתן חורבןHe was happy among Ukrainians, even during the Holocaust

אין זײַן בוך באַשרײַבט דער היסטאָריקער שמעון רעדליך זײַן לעבן אונטער די נאַציס, ווי אויך די יאָרן נאָך דעם אין לאָדזש און אינעם קיבוץ מרחבֿיה.

דער ישׂראלדיקער היסטאָריקער, פּראָפֿעסאָר שמעון רעדליך, האָט זיך קונה־שם געװען מיט זײַנע פֿאָרשונגען פֿון סאָװעטישן ייִדנטום, און קודם־כּל מיט זײַנע ביכער װעגן דעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. זינט די 1980ער יאָרן האָט רעדליך זיך אָפּגעגעבן אױך מיט אַן אַנדערן, מער פּערזענלעכן פֿאָרשערישן פּראָיעקט: דער געשיכטע פֿון זײַן אײגענעם לעבן. װי אַ פּראָפֿעסיאָנעלער היסטאָריקער האָט ער זיך ניט פֿאַרלאָזט אױף זײַן אײגענעם זכּרון און האָט אָנגעזאַמלט אַ סך זײַטיקע מקורים כּדי אױפֿצושטעלן די היסטאָרישע אּומשטאַנדן פֿון זײַן לעבנסװעג. ער האָט געשמועסט מיט מענטשן, װאָס האָבן אַזױ אָדער אַנדערש געהאַט אַ שײַכות צו אים און צו זײַן משפּחה, שטודירט אַרכיװאַלע דאָקומענטן, געלײענט די פּרעסע פֿון יענע צײַטן און אַנדערע היסטאָרישע מקורים. עס האָט זיך באַקומען אַ פֿילזײַטיקע היסטאָרישע פֿאָרשונג װעגן זײַן דור מיזרח־אײריפּעישע ייִדן.

שמעון רעדליך איז געבױרן געװאָרן אין לעמבערג אין 1935 און אױפֿגעװאַקסן אינעם שטעטל ברעזשאַן אין מיזרח־גאַליציע. דעמאָלט איז דאָס שטעטל געװען אין פּױלן, הײַנט איז עס אין אוקראַיִנע. די משפּחה האָט געהאַט גוטע פֿרײַנד צװישן זײערע אוקראַיִנער שכנים, װעלכע האָבן זײ פֿאַרבאַהאַלטן בײַ זיך אין דאָרף בעתן חורבן. װעגן דעם דערצײלט רעדליך אינעם ערשטן טײל פֿון זײַנע זכרונות, װאָס איז אַרױס אױף ענגליש אין 2002: „אין אײנעם און באַזונדער אין ברעזשאַן: פּאָליאַקן, ייִדן און אוקראַיִנער, 1919 – 1945”.

Together and Apart

Image by Indiana University Press

דער צװײטער טײל, „דאָס לעבן אין טראַנזיט: ייִדן אין לאָדזש נאָך דער מלחמה, 1945 – 1950‟, איז אַרױס אין 2010, און אין 2018 איז אַרױס דער דריטער טײל, „דאָס נײַע לעבן אין ישׂראל, 1950 – 1954‟.

רעדליך נוצט אײנצלנע עפּיזאָדן פֿון זײַן לעבן, װאָס האָבן זיך אָפּגעהיט אין זײַן זכּרון, װי אַנקערס אינעם שטורעמדיקן שטראָם פֿון געשיכטע. ער דערגאַנצט זײ מיט כּלערלײ פּרטים, װאָס גיבן צו אַ ברײטערן און טיפֿערן היסטאָרישן קאָנטעקסט. דעם ערשטן שטױס צו דעם דאָזיקן פּראָיעקט האָט רעדליך באַקומען נאָך אין די 1960ער בעת אַדאָלף אײַכמאַנס מישפּט, װען די טעמע פֿון חורבן איז געװאָרן אַקטועל אין ישׂראַל. אָבער ערשט מיט צװאַנציק יאָר שפּעטער האָט ער באַקומען אַ מעגלעכקײט צו פֿאָרן קײן פּױלן, און אין די 1990ער, נאָך דעם פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, האָט ער שוין געקענט באַזוכן זײַן הײמשטאָט אין אוקראַיִנע. דעמאָלט האָט ער געהאַט אַ גוטן מזל זיך ווידער צו זען מיט דער אוקראַיִנער פֿרױ טאַנקאַ, װאָס האָט געראַטעװעט זײַן משפּחה אױפֿן בױדעם אין איר שטוב בעת דער מלחמה.

קינדערשע זכרונת זײַנען ניט אָביעקטיװ. צו מאָל שטימען זײ ניט מיט דעם היסטאָרישן בילד, װאָס איז אונדז באַקאַנט פֿון די ביכער. רעדליך באַמערקט, אַז קינדװײַז האָט ער זיך געפֿילט גאַנץ גליקלעך בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע, כאָטש ער האָט פֿאַרלױרן דעם טאַטן און די באָבע־זײדע. ער האָט זיך דערװוּסט װעגן דעם שרעק פֿונעם חורבן ערשט שפּעטער, װען ער האָט געוווינט אין לאָדזש. דאָרט איז ער געװען אײנער פֿון די קינדער־אַקטיאָרן אינעם פֿילם „אונדזערע קינדער‟ פֿון נתן גראָס. רעדלעך האָט געשפּילט אַ קינד פֿונעם געטאָ. ער דערמאָנט זיך, אַז דאָס איז בײַ אים געװען בלױז אַ שפּיל, װאָס האָט ניט קײן שײַכות צו זײַן אײגענער דערפֿאַרונג.

רעדליך באַמיט זיך צו זײַן אָביעקטיװ אין זײַן אַנאַליטישער שילדערונג פֿון דעם עבֿר. ער דערקלערט די ספּעציפֿישע אַספּעקטן פֿונעם מצבֿ פֿון ייִדן, פּאָליאַקן און אוקראַיִנער פֿאַר, בעת, און נאָך דער מלחמה. דערבײַ מאַכט ער אָבער קלאָר זײַן אײגענע סימפּאַטיע לגבי די אוקראַיִנער, װײַל דװקא זײ האָבן אים געראַטעװעט דאָס לעבן. רעדליך האָט יאָרן־לאַנג געפּועלט בײַ דעם יד־ושם אינסטיטוט, מען זאָל אָנערקענען דעם אוקראַיִנער מעטראָפּאָליט אַנדרײ שעפּטיצקי װי אײנער פֿון די „חסידי אומות העולם‟. שעפּטיצקי האָט געראַטעװעט מער װי 150 ייִדישע קינדער אין זײַנע קלױסטערס אין און אַרום לעמבערג און האָט ספּעציעל געהײסן קריסטן זײ זאָלן ניט מיטהעלפֿן די דײַטשן אין הרגענען ייִדן.

אָבער שעפּטיצקי האָט יאָ באַגריסט היטלערן אין 1941 װען די דײַטשישע אַרמײ איז אַרײַן אין אוקראַיִנע װי אַ באַפֿרײַער פֿון די באָלשעװיקעס. לעצטנס האָט מען אינעם אַרכיװ פֿון װאַטיקאַן אַנטדעקט שעפּטיצקיס אַ בריװ צום פּױפּסט פֿון אױגוסט 1942, אין װעלכן ער האָט דערצײלט װעגן דעם מאַסן־מאָרד פֿון ייִדן אין אוקראַיִנע און אָנגערופֿן היטלערס רעזשים אַ „טײַװלאָנישער‟. אָבער אין װאַטיקאַן האָט מען דאָס דעמאָלט געהאַלטן פֿאַר אַ גוזמא. מעגלעך, אַז איצט װעט יד־ושם װידער באַטראַכטן שעפּטיצקיס קאָמפּליצירטן ענין, װאָס האָט אַ היפּשן פּאָליטישן חשיבֿות פֿאַר אוקראַיִנע.

אין לאָדזש האָט זיך רעדליך געלערנט אין אַ ציוניסטישער העברעיִשער שול, װאָס האָט צוגעגרײט די תּלמידים צו עליה. ער איז געקומען קײן ישׂראל מיט זײַן מאַמען אין 1950 און איז אַרײַן אַן אינטערנאַט־שול אינעם קיבוץ מרחבֿיה, װוּ עס האָט געוווינט זײַן מומע. זײַן באַשרײַבנונג פֿונעם קיבוץ איז גאַנץ קריטיש. די אָנפֿירער פֿון דער קיבוץ־באַװעגונג האָבן שטאַרק געהאַלטן פֿונעם סאָװעטישן רעזשים װי אַ מוסטער פֿון דיסציפּלין און אָרדענונג, און דאָס איז געװען אין דער צײַט פֿון די סאַמע ערגסטע אַנטיסעמיטישע רדיפֿות אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד! אין דער שול האָט רעדליך געהערט צו דער סאַמע שפֿלדיקער קאַטעגאָריע פֿון „ילדי־גולה‟ [קינדער פֿונעם גלות]. װען די ישׂראלדיקע זשורנאַליסטקע שלי יחימאָװיץ האָט אים געפֿרעגט װעגן זײַנע יאָרן אינעם קיבוץ, האָט ער געזאָגט, אַז ער האָט זיך דאָרט געפֿילט ערגער אײדער בײַ דער אוקראַיִנער פּױערין בעתן חורבן. נאַטירלעך האָט דאָס אַרױסגערופֿן אַ סקאַנדאַל.

רעדליכס זכרונות זײַנען אַ פֿאַרכאַפּנדיקע לעקטור. זײ װעבן זײַן לעבן־דערפֿאַרונג אַרײַן אינעם ברײטערן לײַװנט פֿון יענער טראַגישער היסטאָרישער תּקופֿה. זײַן סטיל איז ניכטער, אַנאַליטיש און קריטיש אי לגבי זיך אַלײן אי לגבי אַנדערע. הינטער זײַן אָביעקטיװקײט שטעקט אַ באַשטימטע פּאָזיציע, װאָס איז אַ פּועל־יוצא פֿון דער איבערגעלעבטער דערפֿאַרונג.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.